Monday, August 31, 2015

לזכר ה. בנימין









זיי רואיק, שניי, ער איז שוין מער נישטאָ,י
נאָר בענקען וועסטו שטאַרק נאָך אים
אַ רגע נאָך אַ רגע,י
אן אייביק לאַנגע שעה.י
זיין ווערטער־דראַנג טוט הויערן נאָך אַלץ
און שפּורלאז אויף דיין פּוך עס טריפט
מיט טראָפּנס אוי
אויף־בריקן־זיין־צעברעקלט האַרץ.י
זיי רואיק, שניי,י
פון שטערן וויש זיך אָפּ דעם שווייס
און זאָג מיר שטימלאָז נאָך:י
לכאורה איז ער מער ניטאָ,י
און דאָך
אַ רגע נאָך אַ רגע
כל־זמן עס אייביקט קלאָר די שעה
דערהערסט זיין אָטעם און זיין קול,י
זיין פעסטן טראָט --י
מיר זיינען דאָ!.. י




----

No comments:

Post a Comment