זיך צעטראַסקעט אויף טויזנטער יידן
זיך צעבענקט נאָך פיל טויזנטער מער
ניט געלאָזט אַז דער יאוש זאל שמידן
די ליבשאַפט מיט ווייטאָג באַשווערט
יעדן קנייטש, יעדן זיפץ, יעדן שמייכל
טיף אין זיך איינגעקאַרבט, איינגענייט
פרישע בליצן פון זקנישן שכל
אין זיקאָרס אינגעווייד איינגעדרייט
און באַמיט זיך ניט קלערן פון בוידעם
וועלכער האָט זיך פון אונדז אויסגעלאָזט
מחמת אַלץ וואָס געווען איז מקודם
לעבט אויף אייביק אין יידישן אות
און די אותיות – אין הערצער און מיילער
ביי דער יוגנט וואָס קלאַמערט זיך דאָך –
מיטן אימפּעט וואָס שפּרודלט אַלץ ווייטער
צום זקנס ניט־דערשקיעהטן קאָך.
No comments:
Post a Comment