Monday, October 31, 2016

דער גאסט

 -


אַ גרינער דראַקאָן איז געקומען צו גאַסט –
 געוואָלט אים מכבד זיין. זאָגט ער: ער פאַסט.

געוואָלט אים פירלייגן אַ גלעזעלע משקה,
 זאָגט ער: ער רירט גאָרניט אָן קיין ריומאַשקע.

טאָ וואָס זשע פאַרלאַנגט ער דער אורח דער גרינער?
 גאָרניט, אַכיבע אַ פּאָר נייע לידער!

האָב איך אים געזאָגט: זעצט אייך אַנידער,
 לייגט אייך צונויפעט די גרין ברייטע גלידער

און מאַכט גלייך אַן אויער און הערט צו מיט קאָפּ.
 האָט ער זיך געזעצט אויפן דיל דאַן אַראָפּ

און גענומען מיך הערן מיט ברייט אָפענע אויגן:
 ווי אַ קו איבער דעכער אַמאָל איז געפלויגן

זוכנדיק אירס א פאַרבלאָנדזשעטן קעלבל,
 זעענדיק אויס פון דער ווייט ווי אַ שוועלבל...

אויסגעהאָרכט אַלץ קוקט ער מיך אָן –
 דער היימיש געוואָרענער גרינער דראַקאָן

און כ'האָב דאַן דערזען ביי אים אין די אויגן,
 אַז דאָס עלנטע ליד וועט נאָכאַלעמען טויגן






No comments:

Post a Comment