Tuesday, October 10, 2017

דאס הארץ פארשטייט


דאָס האַרץ פאַרשטייט,
דער שכל טראָגט ניט אויס –
אַ בוים,
אַ שטיין,
און אויפן שטיין – אַ רויז,

...
אַ פויגל פליט פאַרבײַ
גלײַך ווי פון שטײַג אַרויס,
אַ חייה
זיך פאַרטײַעט,
קוקט גיריק אויגן אויס,


אַ מענטש שוין מאַט און מיד
קוים ברומט אָרויס
אַ ליד
און דאָך אין זײַן געזאַנג –
ניט לויז
איז דער פאַרלאַנג –


מחדש זײַן די טעג,
מקדש זײַן דעם וועג...


די צײַט איז קורץ – באַלד אויס,
נאָר חדווה ניט געוויין
זינגט הויך אין זײַן געביין:
אַ בוים,
אַ שטיין,
אַ רויז...


דער שכל טראָגט ניט אויס,
בלויז האַרץ טוט אַלץ פאַרשטיין.

No comments:

Post a Comment