Tuesday, October 10, 2017

זומער, ווען ניט דער אסיען




זומער,
ווען ניט דער אָסיען
וואָלט איך דיך ליב געהאַט
אפילו שטאַרקער,
...
ווען ניט דער ווינטער
וואָלסטו אין מיר פאַרגעסן.
ווען ניט דער הימל
וואָלט איך דיר דאָ, גלײַך אויף דער קרקע,
פאַרשריבן אַלע מײַנע ערדישע אַדרעסן.


מע זאָגט אַז שטענדיק
טוסט זיך אומקערן צוריק
מיט הייסער זון
און וואו־ניט־וואו: מיט רויש פון שלאַקסן
און איך –
אַ צײַטווײַליק בלאָנדזשענדיקער זון
כל־זמן כ'בין דאָ
האָף איך ערשט ווײַטער וואַקסן


דײַן שיינע שוועסטער – פרילינג –
האָט כמעט
מײַן טיאָכקעניש באַוויזן אויסצוכאַפּן.
פאָרט האָב איך פלאַנק־און־פלינק
געשלאָגן בלאַט
מיט דיר,
מיט רײַפע צווײַג־און־בלעטער
יענעם לאַנגן טאָג דעם זאַטן.


ווען ניט דער אָסיען
וואָלט איך דיר דערציילט
ווי שטאַרק איך וויל מיט דיר
אַלץ ווײַטער פליסן.
נאָר ס'קומען שפּעטע שאַרלעך־רויטע טעג
פון ערב גרויסן פריר
און דו אויפסנײַ מײַן בלאָנדזשעניש
פאַריתומסט.


ווען ניט דער אָסיען...
.

No comments:

Post a Comment