Friday, September 03, 2004


זשאָלקווע, די גרויסע שיל פון אינעווייניק, ווי עס זעט אויס היינט־צו־טאָג
(מאי, 2003 למנינם)

zolst nit sharybn...זאלסט ניט שרייבן

,זאָלסט ניט שרייבן לידער פון קיין טאָגבוך
,ווייל דער טאָגבוך מוז פאַרבלייבן לער און ליידיק
ס'איז אין תוך ניט טאָגבוך נאָר אַ יאָגבוך
.נאָכן לא־היה ולא־נברא וואָס אייביקט

,זאָלסט ניט לויפן אָניאָגן דעם משל
ס'טוט אים ווייניק אַרן דיינס אַ גלעטל
ווי דער שטויב דער אָפּגעווישטער דעם של־ראשל
.ווי דער הויכער זון אַן ערדיש שטויביק פּשטל

טו זיך בעסער אָן דאָס קלייד דאָס ריינסטע סאַמע
אויסגענייט מיט דינסטע, שטאַרקסטע פעדים
:אויסגעטליתט אין דעם שענסטן גראַמען־סאַמעט
!יעדעס וואָרט – געזאַנג דעם בלי פון סעדער

טו זיך אָן און ווער גלייך מוטער־נאַקעט
אן אַ שפּור פון נמשל, אָן אַ משל
און טראָג־צו דער וועלט דאָס ברוסטנקוישל
.וואו דיין האַרץ מיט ליבע און מיט טריישאַפט פלאַקערט

Thursday, September 02, 2004

גניבה gneyve



גניבה

כ'האָב געגנבעט אַ ליד ביי אַ גרויסן פּאָעט
(די גניבה אַליין ניט באַמערקנדיק)
און דאָס ליד כ'האָב געשליפן, געכאָוועט, געגלעט
!ביז איך האָב זיך געכאַפּט: מע מוז ענדיקן

דאָס פאַרענדיקטע ליד, דאָס געגנבעטע ליד
,האָב איך גאָרניט באַדאַרפט פאַרשרייבן
ווייל אַליין, ווי פון זיך, ס'האָט אין מיר זיך צעגליט
...אין זכרון געצאַפּלט צו בלייבן

,נאָר אויף מאָרגן האָב זיך ביי דער גניבה געכאַפּט
זיך געשלאָגן על־חטא שטרענג און האַסטיק
,נאָר ביים שלאָגן על־חטא זיך, ניט ווערנדיק זאַט
!כ'האָב דערמאָנט זיך: ניע גנבאַי – ניע פאַסטאַי

און דער גרויסער פּאָעט – ניט ער איז, ניט ער וועט
פון דער גניבה ניט ווערן פאַראָרעמטער
– און דאָס ליד זיינס – געצערטלט, געכאָליעט, געגלעט
...מיט מיין אָטעם־און־קול ווערט געאָרעמטער

וואַשינגטאָן, יוני 2004

Wednesday, September 01, 2004

מיין נאָמען


finf tsu zibn פינף צו זיבן

פינף צו זיבן

ס'האָט אַ שיינער אַלטער ניגון
אײַנגעבאַקן זיך פאַרקליבן
צווישן מיינע שורות זיבן
און עס וויל מיט זיי שוין בלייבן
כאָווען זיי און נחת קלייבן
וויי און וואונדער מיט זיי טרייבן
.אָט דער שיינער אַלטער ניגון

ס'האָט אַ דרייסטער, יונגער אָטעם
זיך צעוויגט ביי מיר אין גאָרטן
עפּל ביימער בייגט ער דאָרטן
און טוט אויפוועקן די פייגל
זייער ליד זיך איינגעאייגנט
וויל ער שוין דאָרט טיאָכקען אייביק
.אט דער דרייסטער, יונגער אָטעם

ס'האָט אַ שלאַנג זיך איינגעגנבעט
אין מיין גאָרטנס לידער־קאַנווע
און דעם ניגון רק ער חנפהט
און דעם אָטעם ר'וויל פאַרכאַפּן
פייגל־טריל און עפּל – צאַפּן
:וויי און ווינד, אויף ווענט כ'טו דראַפּען
!ס'האָט אַ שלאַנג זיך איינגעגנבעט

איז דער אַלטער שיינער ניגון
גאָר געוואָרן רייפער, קליגער
און דער יונגער דרייסטער אָטעם
ערשט געוואָרן מער געראָטן
עפּל ביימער בליען ווייטער
פייגל זינגען אויפגעהייטערט
!..און דער שלאַנג? – עס טוט אים באַנג

ס'האָט דער שיינער אַלטער ניגון
אײַנגעבאַקן זיך פאַרקליבן
טיף אין מיינע סטראָפעס פינעף
און דער דרייסטער יונגער אָטעם
זיך צעשפּילט מיט שיין און שאָטן
און מיט פייגלס קול־נגינה
.איבער פרוכט מכל־הסאָרטן
14/12/2003