Friday, October 15, 2004

LOMIR

לאָמיר

,לאָמיר זשע לויבן
!לאָמיר, לאָמיר
,די פּראָסט­­ און פּשוטע
די פּשוטסטע זאַכעלעך
אָן וועלכע מע קאָן זיך ניט זיין משער
,דעם גלי פון דער אַלטער וועלט אין דער נייער
.דעם זײדנס וויינעניו אָן דעם קינדס לאַכעלעך

,לאָמיר זשע טאַקע
– !לאָמיר, לאָמיר
לויבן אין וועלט אַריין
דער וועלט'ס אַ טיאָכקעלע
וואָס אָן איר קאָן מען ניט זיין מבער
דעם פינצטערן קלעם אויס דעם גאַנג דעם געטרייען
.וואָס רייסט זיך אַרויס אויף דער פריי אַ צעפלאָכטענער

,לאָמיר זשע, אַלע
!לאָמיר, לאָמיר
,אַליין צי אינאיינעם
– באַזונדער, צוזאַמען
,לויבן און ליבן און גלייבן די גראַמען
די קלאָרע און פּשוטע, די הייס צעפּאַלאָשעטע
..!זיי זאָלן, חלילה, די לויב ניט פאַרזאַמען

,לאָמיר זשע
!לאָמיר
...לאָמיר

Sunday, October 10, 2004

Chagall's authograph


א בריוול פון מארק שאגאל

א בריוועלע

אַ בריוועלע

;איך שרייב אַ בריוועלע אַז קיינער זאָל ניט זען
,דאָס דאָזיק בריוועלע וועט קיינער ניט באַקומען
,איך שרייב עס, טייערע, פאַר די וואָס זענען דאָ געווען
.פאַר די, וואָס וועלן שוין אַהערצו מער ניט קומען

,דאָס דאָזיק בריוועלע איז ווי אַ שאָס פון טרוקן אויג
,אן אויג וואָס אויפגעפּראַלט איז כלומרשט לער־און־ליידיק
נאָר אינדעראמתן, ס'קוקט אין די הויכן אויס די טויב
...וואָס זאָל אַ בענטש טאָן יענע ווייסע וועלט וואָס אייביקט

,איך שרייב אַ בריוועלע מיט ניגון, ניט מיט טינט
,מיט קלאַנגען וואָס ווי מאָנעלעך כ'טו קלייבן
ווי ס'קלייבט אַ מאַמע קרישקעס נחת פון איר קינד
...ווען צייט־און־גורל לויערן איר נחת באַלד צערייבן

;איך שרייב אַ בריוועלע אַז קיינער זאָל ניט זען
,דאָס דאָזיק בריוועלע וועט מעגלעך קיינער ניט באַקומען
,איך שרייב עס, טייערע, פאַר די וואָס זענען דאָ געווען
.און וואַרט אויף זייער שמייכל הימלישן און שטומען

Monday, October 04, 2004

די יידישע גאס אין בערשאד

The Old Jewish Street in Bershad
PHOTO: Pawel Figurski, 2002

איך האב געזען מיין מענטשלעך לשון


מיין מענטשלעך לשון

,איך האָב געזען ווי מײן לשון שטאַרבט
– נאָר ווי לעבעדיק עס פיבערט די כלומרשטע גסיסה
אָן אַ ברעקל סימן פון פאַרדאַרב
די אויסגעבענקטע קלאַנגען
!ווי כביכולדיק זיי פליסן

– און דאַן
האָב איך דערשפּירט ווי מײן לשון לעבט
:אין דער סוואַרבע־שיין, אין איר כלומרשטער תפיסה
דער ניגון דיך באַגריסנדיק ריזלט און שוועבט
.און מיטן ווערטער־שטראָם ווערט ער מיטגעריסן

– תהו־ובהו, ס'קאָצל קומט און פּיטשע־פּאָי
– !סאַראַן אויגעטאָקטער חיות
!שיין און ריין און ... מוטער־נאַקעט
– "!צווישן "ויהי" און "טאַטע זיסער, אוי
...ברויזט מײן מענטשלעך לשון
צו דער דממה דקה