* * *
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
– נאָר טאַקע פון טיפן האַרצן
אַ שטראָם, אַ קוועלכל, אַ פליסעניש
אין ברייטקייטן און אין טיפעניש
פון אייביקער פאַרגעסעניש
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
:נאָר טאַקע בפירוש אָט־אַזוי־אָ
– פון אַ ברייט צעעפנטן ברוסטקאַסטן
אַ כאָרכל, אַ שאָרך, אַ סקריפּ פון זעגלען
אָנגעצויגענע אויף העכסטע מאַסטן
וואָס פלאַטערן מיט נאָגעניש
אַ ליד איז ניט סתם אַזוי
נאָר טאָמער פאַרקערט, צומאָל גאָר
– טאַקע בפועל ממש: סתם אַזוי
פון אַ פאַרקלעמט מויל
אָן שום הסכמות, צי דערלויבעניש
– דעם אַלמעכטיקן בורא עול
אַ פאַרשפּעטיקטע לויבעניש
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Tuesday, November 23, 2004
a lid iz nit stam azoy...
Thursday, November 11, 2004
ס'וועט ניט העלפן לאכן
...ס'וועט ניט העלפן לאַכן
איז מיט וואָס, מיט וואָס, מיט וואָס
?זאָל מען פאַרטרייבן דעם פאַרדראָס
,מיט אַריינטון זיך אין זאַכן –
.אַריינטון זיך אין זאַכן
,שרייען וועט ניט טויגן
...ס'וועט ניט טויגן שווייגן
איז מיט וואָס, מיט וואָס, מיט וואָס
?זאָל מען זיך האַלטן ביי דער מאָס
,מיט קלעטערן און שטייגן –
.קלעטערן און שטייגן
,קריכן וועט ניט סטייען
...ס'וועט ניט סטייען לויפן
איז מיט וואָס, מיט וואָס, מיט וואָס
?זאָל מען באַווייזן עפּעס וואָס
,מיט ספקות און מיט גלויבן–
.מיט ספקות און מיט גלויבן
Sunday, November 07, 2004
CHAGALL, The Poet with The Birds, 1911
דער דיכטער כלומרשט רוט, מיט אים צוזאַמען
.רוען אויפן גראָז זיינע בעסטע גראַמען
פייגל וואכן הויך אויף די צווייגן גרינע
.זייער צוויטשעריי העלט זינט פרי־באַגינען
,און דער קינסטלער גאָר, ער איז אַ לץ אַ גרויסער
מאַכט באַלד מיט דעם צוויטשער־צוויט שוין די דריטע כוסה
,בעת דער דיכטער זיינער, האַלב פּויעריש האַלב שקאָציש
.ווי בגילופין ליגט און שטראַלט יאַקאָס האָצע־פּלאָציש
!זאָל ער, זאָל ער שטראַלן דאָרט אויף דער גרינער לאָנקע
הלוואי וואָלט מען געקאָנט צו אים דאָרט אַריינבלאָנקען
אויפן פרישן גראָז און פּראָסטלעך זיך אָטכייען
!אַ צי טאָן מיט דער נאָז: ס'אַַ לעבן – אַ מחייה
,נאָר דער קלוגער לץ, פון רוים־און־ראַמען היטער
.פאַרהיט דעם דיכטערס רו פון זייטיקע געמיטער
Friday, November 05, 2004
וְאַחֲרֵי כִּכְלּוֹת הַכּל
ואחרי כּכלות הכּל
די צווייגן שאָקלען זיך לכבוד חנוכה
איעדער בוים – ווי אַ באזונדערע מנורה
גיב גאָט מע זאָל דערלעבן צו דער נאַכט דער מה־נשתניקער
ווען ס'ווערט די גאַנצע וועלט אויפסניי געבוירן
,און טאָמער ניט – איז ניט
די וועלט וועט ווייטער שאָקלען זיך
מיט ספקות ווילדע טאָן זיך ווייטער וואַקלען
און תמימותדיק זיך קלאַמערן אין בליקן פיל מילאָניקע
וואָס פינקלען צווישן פרעכן סטייטש און פרומלעכן שהכל
די צווייגן שאָקלען זיך לכבוד חנוכה
...איעדער בוים באַגריסט דיך שטאָלץ, אנטבלויזט־און־נאַקעט
גיב גאָט מע זאָל דערלעבן יענע נאַכט פונוואַניקער
.די גאַנצע וועלט באַנייט איר אייביקן סך־הכל
,די גרויסע ווילדע וועלט
גיב גאָט זי זאָל זיך ווייטער שפּיגלען דאָ
אין אמתן און סודות טויזנט־טעמיקע
– !אויך דעמלט װען ס'פאַרגייט אויף אייביק, – מיטאַמאָל
...דיין ביין־און־שטיין, דיין גאַנצער האַקל־פּאַקל
די צווייגן שאָקלען זיך לכבוד חנוכה
– אַיעדער בוים איז אַ באַזונדערע מנורה
גיב גאָט מע זאָל דערלעבן צו דער נאַכט דער מה־נשתניקער
ווען ס'ווערט זײַן גאַנצע וועלט אויפסניי געבוירן
ווינטער 2003, בלומינגטאָן