Sunday, February 06, 2005

נאך אלעמען

מרדכי ארדון, ביים אריינפאר אין ירושלים



נאָך אַלעמען

כ'בין געקומען אין לאַנד
נאָך אַלעמען
און געזען
אַז עס בענקט ניט דאָס לאַנד
נאָך אַלעמען

נאָר עס וויינט ביטער דאָס האַרץ
און וואַרגט דיך אין האַלדז
נאָך אַלעמען
נאָך אַלעמען

– אין לאַנד ווי אין אויסלאַנד
אַ פאַרפאַלענער
פרעגסטו ביים מקום
ווי קאָן מען פאַרטראָגן דאָס אַלץ
נאָך אַלעמען
נאָך אַלעמען
מאַרק שאַגאַל, הילע צו דוד האָפשטיינס "טרויער"י




שטאַרב, טרויער, שטאַרב

,כ'האָב געכאַפּט דעם בייזן
זלידנעם הונט
פאַרן גאָרגל
און אַריינגעשריגן
:אין דער הינטישער מאָרדע
!שטאַרב, טרויער, שטאַרב
,שוין צייט פאַר אַ נייעם
!פרישן מאָרגן
הער שוין אויף
מיטן סקאַוואוטשעדיקן
טרויער־מאַרש
וואָס מאַכט
די ליכטיקסטע ליכט
!פון דער גרויסטער גרוי גרויער

כ'האָב אים געכאַפּט
,דעם שוואַרצן הונט
דערשיטערט אים
:מיט דער דרייסט פון מיין דורותדיקן דויער
דאָס וויידל – צווישן די לאַפּעס
,די הינטערשטע
– אַראָפּגעלאּזן ווי שמאַטעס
...די אויערן די הינטישע

נאָר אויף מאָרגן גאַנצפרי
,זיך אויפגעכאַפּט
:געוואָלט ווידער לוסטיק אַ ברום טאָן
!שטאַרב, טרויער, שטאַרב
...נאָר פּלוצים
,ווידער – אַ שניט אין האַרצן
:אַ גרילץ אין אויער
ס'ברעכט ווידעראַמאָל אויס
אַ נייער טאָג
מיט גרויער
סקאַוואוטשעריי
..!פון טרויער

?ווען, ווען, ווען
כ'טו זיך ווידער אַ פרעג
מיט אַ ליידיקן שמייכל
:פון אַ בלינדן שאַרבן
ווען, ווען, ווען – וועלן זיי שטאַרבן
דעם טרויער'ס הינטישע
?געוואויען


צבי כנר ע"ה


Sunday, January 30, 2005

red_horse_syl

ראַקושקעס

ס'איז אַ מושל כחרס הנשבר
,ניט קיין מושלען וועל איך היינט באַזינגען
נאָר די ראַקושקעס פּוסטע און בלינדע
וואָס כ'האָב האַרציק באַוואונדערט
אויפן באַלטישן ים־ברעג
:פון מיין פרי־פריער קינדהייט

סאַראַ פּרעכטיקער הונגער
,נאָך ראַקושקעס קלייבן
!אַיעדע באַזונדער

אויך שפּעטער, ביים ראַנד צווישן קינדהייט
און אומרייפער יוגנט
,איז דער וואונדער געוואָרן נאָך גרעסער
ווען כ'האָב ראַקושקעס ווייטער געקליבן
…אויף דעם ברעג דעם אַדעסער

און אָט ס'דאַכט: לא היה, לא נברא
,און ס'איז – גאָרניט, אינגאַנצן – אַ משל
– דאָך ניט משל, ניט מושל, ניט מושלען
האָב איך שפּעטער נאָך
ווידער געקליבן
און אַיעדע געכאַפּט ווי אַ ווילדע מציאה
אויפן זוניקן, היימישן ים־ברעג
.לעם הרצליה

און ביז היינט ווי אין ראַקושקע'ס אויער
קלינגען ווידער אין קאָפּ יענע מעכטיקע ריטמען
פון וועלטישע ווייטן
וואָס הערן
ניט אויף דעם געזאַנג־איבערקלאַנג
.צווישן ימען, יבשות, און צייטן

– ,אָט־די ראַקושקעס צאַרטע
– !ס'אַ משל, נאָר גאָרניט ווי חרס הנשבר
,ניט זיי ווערן אַנטשטומט
ניט זיי ווערן צעבראָכן
,איבער ווייט, איבער צייט
…איבער ווירבלען פאַרקאָכטע

,אייך, ראַקושקעס ליבע און ווייטע
שענק איך מיין קינדערשן דאַנק
!און מיין מענטשלעכע ברכה

Moskve 1970



מאָסקווער ווינטערס

,יענע מאָסקווער שנייען לאָזן דיך ניט שלאָפן
,יענע מאָסקווער וויוגעס לאָזן דיך ניט רוען
די פאַרשמוציקט ווייסלעכע סוגראָבן
…די זאַווייען וואָס אַלץ דויערן און דראָען

– בייזע ווינטן, פרעסט און זאַווערוכעס
ווען וועט שוין אַן עק זיי אַלע נעמען
,און אַ סוף זיין צו דעם ווייסן קומער
,ווייסע ווייטן
,ווייסע פעלדער
..?ברייטן ווייסן עלנט

!?יענע מאָסקווער ווינטערס, ווי זאָל מען זיי פאַרגעסן
…ס'וואָלט די שרפהנדיקע זון געמעגט זיי לאַנג צעשמעלצן
נאָר צי קען מען דען דערמאָנונגען באַפּעלצן
?און באַזוניקט צי באַזיניקט אויסמעקן אַדרעסן

ס'האָט פון לאַנג שוין אָפּגעמעקט די וויוגע די אַדרעסן
נאָר וואָדען, – זיי לייכטן הייס דיר אין זכרון
,טאַקע זיי צוזאַם מיט יענע לאַנגע מאָסקווער ווינטערס
,מיט די סאַמע צאַרטע
,סאַמע העלע
…סאַמע קינדער־יאָרן


KerlerHebrew1.JPG



ליכט־מיט־וואונדער נעגל אויפן הימל

צום ערשטן מאָל אין יונגן לעבן
:באַמערקט דעם הימל אויסגעשטערנט
אַ שלל מיט פרישע אָוונט שטערן
.איבערן מאָסקווער נאַכט געווימל

:און גלייך אַ קלער געטאָן
ווי מעגלעך
אַז אָ־די ליכט־מיט־וואונדער נעגל
האָט עמעיצער אַזוי ברייטהאַרציק
דאָרט צוגעקלאַפּט און אויסגעקילעמט
?מיט זיי די ברייט פון הויכן הימל

צום סאַמע ערשטן מאָל
:פאַרקלערט זיך
– ווער קאָן זיי אַלע איבערציילן
…ניט איינס, ניט צוויי, ניט דריי
..?ניט הונדערט

צום ערשטן מאָל
פון סאַמע, סאַמע, סאַמע
קינדעריאָרן
דערזען די שטערן
און פאַרקנייטשט דעם שטערן
און ס'דויערט אַלץ און דויערט
אין זכרון
,דער צאַפּלדיקער וואונדער
דער באַוואונדער
וואָס וועט דיין אייגענע
געדענקשאַפט
איבערלעבן

Tuesday, January 25, 2005

שניי אין פּאָטאָמאַק

winter





שניי אין פּאָטאָמאַק

אין פּאָטאָמאַק לעם וואַשינגטאָן
דער שניי אַלץ פאַלט, און פאַלט, און פאַלט
דער פראָסטלעך פרישער ווינטער־טאָן
צעשפּרייט זיך פייערלעך און קאַלט
איבערן פעלד, און בוים, און צווייג
פאַרשנייט דעם שליאַך, דעם קליאָן, דעם טייך
אַ שנייאיק מלכות באַלד פאַרשווייגט
מיט צויבער־פּוך פון אויבן־אָן
.גאַנץ פּאָטאָמאַק לעם וואַשינגטאָן

,און איך, אַ פרעמדער זומער גאַסט
,אַהער געקומען אויף אַ ווייל
באַוואונדערן די שיינקייט כ'אייל
די מעכטיק ווייסע ווינטער לאַסט
וואָס שפּרייט זיך, שפּרייט זיך איבעראַל
לעם גרויסער שטאָט פון קאַפּיטאַל
און כ'בענטש די זויבער ווייסע רו
,מיט איטלעך שנייעלע דערצו
..אַ גאַסט פון דרום אויף אַ ווייל

און ס'טוט אונטער די פיס דער שניי
אי האַלב־פאַרשטומט אי קלאָר אַ כרוסט
און היימיש צערטלעך דרוקט אין ברוסט
זאַווייאיש שפּרודלדיקער גרוס
פון ווייטער קינדהייט'ס פרייד און וויי
און ס'לייגט זיך אויפן האַרץ דער שניי
בעת מיך באַגריסט דער פּוך־געדריי
"!כאָטש ס'ברומט דער ווינט: "פּאַשאָל טי וואָן
...אין פּאָטאָמאַק לעם וואַשינגטאָן

Friday, January 14, 2005

לייג דיין יונגן קאָפּ אַנידער

CHAGALL_143





לייג דיין יונגן קאָפּ אַנידער
אויף די קני פון מיינע לידער
הער זיך איין ווי גראַמען שעפּטשען
דורכן כתב וואָס דויערט, לעבט שוין
פול מיט קראַפט אזוי פיל יאָרן
און צעקלינגט זיך ניי־געבאָרן

לייג זשע צו דיין האַרץ, דיין אויער
צום געזאַנג פול לעבן־לאָער
וואָס זיין סאַמע גרעסטע ברכה
איז דער ליכטיקסטער בטחון
ווען אַרום עס ווערט גאַנץ פינצטער
קוים דערזען דאס ליכט דאָס מינדסטע

לייג דיין קלאָרן קאָפּ אַנידער
הער ווי זילבן שטייגן איבער
איבער שורות, איבער צייטן
איבער סודות ניט צעקייטע
הער און האָרך און נעם אויף אַלץ
זין און קלאַנג און שטראָם פון האַרץ

הער זיך איין און קלייב זיך איבער
אַלץ וואָס דיר איז ניט דערווידער
טאָמער ניט, חלילה, -- ניין
וועסט ניט הערן קיין געוויין
בלויז מיין ברכה מיט מיין בענקשאַפט
פון פאַרגעסענער געדענקשאַפט

Monday, January 03, 2005

אינמיטן רוישנדיקער גאַס

Korenblit 1967b

אינמיטן גאַס וואו ס'רוישן פאַרביי
פרויען, קינדער, מענער
שטיי איך איינזאַפּנדיק
ריחות, פאַרבן, טענער
און וויל יעטווידן דערלאַנגען מיין האַנט
אַ פּאַטש טאָן אין דער פּלייצע
:און זאָגן גוט־ברודעריש
ס'איז צייט, ס'איז צייט, ס'איז צייט
צו שלאָגן קאַנטשאַפט
וואָס צו נאָנטשאַפט נייט זי
אי די דינסטע איידלקייט
אי די ווילדסטע
צעכראַסטעטקייט
די באַלעגולישע
מעשה שטילע היימישקייט
פון דרויסן־געפּילדער אַ צערייצטע

אינמיטן רוישנדיקער גאַס
שטיי איך, שטיי איך, שטיי איך
און אַלע פאַרבייאיקע
ברידער, שוועסטער, און קינדער־זקנים
שעפּטשע אויס בקול־רם
לאָמיר אַלע אינאיינעם
יאַם־טירי־דירי־דאַם
אויסלאַכן אונדזערע ביטערסטע געוויינען
דו און זי, ער און איך, זיי און מיר
מיר אַלע און איטלעכער באַזונדער
גלייך ווי פון איין טאַטע־מאַמע
אייגענע קינדער
ווי פון איין און דעם זעליקער היים
לייבלעכע שכנים
ווייל אַקעגן די אַלע נעכטיקע מאָרגנס
זענען מיר דעם היינטס פּרעכטיקסטע
זאָרגן

אין סאַמע מיט
ווען אַלץ־און־אַלע לויפט אָן אויפהער
פול מיט חשבונות
פאַרמחשבהט אין דינים
ווען די העכסטע שטופע
איז אָן אַ ברעקל דין־וחשבון
אַלץ ווייטער און ווייטער זיך צו שטופּן
ניט פילנדיק די שטראַלן דינע
ווי זיי בענטשן אונדז אַלע
און רופן
צום ערדישן בית־דין
פון הימלישער מעלה
:דערלאַנג איך מיין רעטאָרישע שאלה
צי איז דען פאַראַן עפּעס נאָך כדאיער
ווי די פאַרגייאיקע וואָר פון היינט
ווי די פאַרשוינונג פון נעכטיקע פיינט
ווי די גרייטקייט אויפשטיין און אויפגיין אויפסניי
?מיטן מאָרגנדיקן זריחה־פייער