Sunday, March 13, 2005

מ י ר



BLUE FLOWERS (Irina) 11 March 05

"Flowers in Blue" by IRINA IZHOGINA


,מיר זיינען געבליבן אַליין
– ,אַביסל פאַרביסן און דאָך ניט צעריסן
,זאַלבע פיר
,זאַלבע דריי
...זאַלבע צוויי

:און ס'דאַכט זיך צומאָל
ס'איז אַ צופאַל אַ בלינדער
,פאַרוואָס דווקא מיר
דווקא מיר דאָ אַצינדערט
,געבליבן צו פּראַווען
איינזאַם צוזאַמען
דעם ביטערן יזכור
,איבער גורל פון גראַמען
איבער גורל וואָס לאָזט אונדז
...ניט רוען, ניט שלאָפן

די מאַמישע גראַמען
,וואָס צערטלען און מאָנען
וואָס פליסטערן שטיל
און צעזינגען זיך אָפן
,אָן קלאָג־און־געוויין
נאָר מיט חיותדיק וועזן
אין באַזילבערטע שלייפן
:שלאָגן און זעצן
,ווי קאָן מען
,ווי קאָן מען
..?ווי קאָן מען פאַרגעסן

,מיר, די וואָס געבליבן אַליין
,אַ ביסל צעקריגט און פאָרט ניט צעדריבלט
,לאוו דווקא דערוויילט צי פיין־אויסגעקליבן
– ,און דאָך
,זאַלבע צווייט
,זאַלבע דריט
– ,זאַלבע פערט
,אויף דער ערד זוכן הימל
...אין די הימלען – די ערד

Sunday, March 06, 2005

און ס'פליט אַרויס ווי פייגל אויף דער פריי – דאָס האַרץ



1[1]
פרילינג געצייכנט פון אירינאַ איזשאָגינאַ
"Autumn" by Irina Izhogina


צוויי נאָזלעכער, צוויי אויגן
און אַ מויל מיט ציין
און בלויז איין־איינציק יאַקאָס עלנט האַרץ
וואָס שפּירט דעם סוד־און־טעם פון סאַמע ערשטן
ביז דעם שפּעטסטן, זיבעטן שוין, חן
אַן אייביק יונגער פרילינג
איבערפולט מיט טריבן האַרבסט

צוויי נאָּזלעכער, צוויי רערעלעך
וואס שטענדיק זוכן לופט
אָן זיי וואָלט אויסגעגאַן שוין לאַנג
דאָס איין־און־איינציק האַרץ
,אָ, ווי זיי ווערן אויסגעמאַטערט און צעדולט
!אָ, ווי זיי זענען נעבעך מיד און מאַט

נאָר עס דערמונטערט
זייער מידן אָטעם־צוג
:דעם האַרצנס הייסע בלוט
איר האָט נאָך פיל דאָ אויפצוטאָן
!איידער איר טוט אַ שטאַרב

:די אויגן בליצן מאָנענדיק
!רבותי, טוט אַ קוק
און ס'מויל מיט ציין
...צעעפנט זיך פאַרגאַפט

צוויי נאָזלעכער, צוויי אויגן
און אַ מויל מיט ציין
דער וועלט'ס אַ פּנים איז אפּנים אויסגעדאַכט

דער פרילינג זינגט
דער האַרבס מאַכט זיך אַ שווייג און שטומט

און ס'פליט אַרויס ווי פייגל אויף דער פריי – דאָס האַרץ






czy143

Thursday, February 24, 2005

כ'האָב געהערט משיח'ס יידיש

135975-1956

כ'האָב געהערט משיח'ס יידיש


כ'האָ געהעיעט מעשיעך'ס אידעש
ווי שאַין, ווי קלור, ווי דאַטלעך
:האָבן זאַנע ראַיד געפלאָסן
נחמו, נחמו – שטאַיץ אָף
עץ, אַלע, ווער ווי שקלאַפן
וואָס אָבם זאַיעראָ
אָוסגידאַיווערטאָ באַינאָ
געטין צעשפּראַיטן
דאַר און קוואַר
איבער יבשות
!טאָלן און ימען

און דאָס פאָלק
אַ גוואַלדיק האַיפעלע
האַימישע יאַטן
מיט געטראַיע יידעשע טעכטער יאַטיכעס
האָבן אַלע וויי אַינער
גליאַך ווי מיט אַין קול
,זיך צעברומט
!קום, קום, קום
!קום
(!אַ געזינט זאַי אין די באַינאָ)

און דעם מאָשיאַך'ס יידעש
,איז ניש גיוועין ניט ליטוויש
,ניט פּאַיליש, ניט גאַליציאַניש
..!ניט דאַאַטש
– ?אלא מאי
ס'געוועין
אַ דאַטלעך לאַטישער פּאַטש
די אַלע
קייגן וויימען ער האָט זיך נתגלה
געוואָרן
(!אַ געזונט אין זיינע אייביקע יאָרן)

:כ'האָ געהערט זיינע רייד
..!נחמו, נחמו, נחמו
:כ'האָ געזען זיין פאָלק
...קים, קים, קים
!זאָל שוין קימען
:און שטיל געלאָזט אַ טרער פון פרייד און טרייסט
!טפו־טפו־טפו
??באַלד! באַלד!? באַלד
אַ ברכה פון צעוועלטיקטער פאַרצווייפלונג

Sunday, February 20, 2005

אויף די געסלעך

gesl

ארויסגענומען פון רפי כפיר'ס אהבת ירושלים

אויף ירושלמער געסלעך

היינט פרי בייטאָג
געפונען כ'האָב
אויף פאַרגעלטע געסלעך
דעם נעכטיקן טאָג
וואָס דויערט גאָר
גאָר־גאָר
אומפאַרגעסלעך

אויפן גרינעם פּנים
פונעם אַלטן יידן
לאָזן זיך דערקאָנען
נעכטיקע יאַרידן

און – אַ וואונדער
אַז אויך היינט
– זידן זיי און רוישן

קינד־און־קייט
מיט יידענעס
וואָס טראָגן זיך מיט קוישן

און אַ טוץ בחורימלעך
קאַפּאָטעס, בערד און פאות
מראה־שחורה ליכטיקע
פאַרהיט קוים פון הפקרות

די פאַרגעלטע געסעלעך
איך בלעטער זיי
און בלעטער

און דער טאָג
דער נעכטיקער
אויך היינט
זיך ווייטער קלעטערט

איבער גוואַלד
און איבער צייט
צווישן ווענט
און צווישן לייט

אָט אַזוי געפונען כ'האָב
דעם אַלטן, טערפּקען
וואונדער־גאָב
דעם וואַנדער־גאָב
וואָס בלייבט




meiasheurim

גיט א קוק אויף אנדערע בילדער פון מאה שערים

Tuesday, February 08, 2005

קום, ליבע, אייגענע, קום, טייערע צו מיר

jerusalem-sunrise



אין סאַמע מיטן
פון דער וועלט

אין הויכער הייך

צעווישן ערד און הימל

ביים ברייטן פענצטער

צום זונאויפגאַנג געווענדט

שטיי־איך

און ברום צו דיר אַ לידל:

איך וואַרט אויף דיר,
מיין סאַמע, סאַמע שענסטע,

און רוף צו דיר

אָט מאָנענדיק, אָט ווייך

קום, קום אַרויף צו מיר

אַהער

וואו ס'ריזלט

פריי מיין ניגון

אין אָט־דער

גאָר, גאָר הויכער הייך
:

די טיר פאַר דיר ווי שטענדיק – אָפן
און אומגעדולדיק וואַרטנדיק אויף דיר

דער פענצטער גיריק גאַרט

דיין פרישן אָטעם

דיין שפּרודלען און

דיין שפּיגלען זיך אין אים

און זשעדנע וועלן
לאַשטשען זיך צו דיר, צו דיר,

געראָטן,

די בעסטע שורות, גראַמען,

בעסטע סטראָפעס

וואָס מענטשלעכער פאַרנייג

נאַרט אויס

ביים געטלעכן באַריר...

אין סאַמע מיטן
פון דער וועלט

אין הויכער הייך

צעווישן ערד און הימל

דער פענצטער – פול מיט יונגער זון

און אָפן ברייט – די טיר:

קום ליבע, אייגענע,
קום, טייערע, אַרויף צו מיר!

emblem