Wednesday, July 13, 2005

אַ מין צווייטער סאָנעט



a yidishe toxter



זי אָטעמט שטיל, איר ברוסט באַוועגט זיך ריטמיש.

ביים שטומען אימפּעטיקן שאָרך פון נאַכטישן געיעג
בלייבט אָטעם אירער טריי דעם גאַנג וואָס היט נישט
דעם דזשונגל'ס גזר אַבי פאַרלויפן עמיצן דעם וועג.

איר זאָרגעוודיקע רו איז פול מיט מיידלש אומרו
וואָס מאָנט און מאַניעט און וואָס לאָזט דיך ניט צורו,
איר ווייבערישע קראַפט דיין מענערישן קומער
אַ לינדערונג, אַ היילונג, אַ ברכה פון אַ פרו

וואָס אָט איז זי אַ טויב אַ מלכותדיקע, שטילע
און אָט איז זי אַ קוואַל וואָס טוט אַ ברויז גאָר ווילד.
איר העכסטער אויסרוף איז דיין טיפסטע תפילה
באַגלייך מיט צאַרטן אויסגעשריי: אָ ליבער, מיר פאַר דיר!..

דו נענסט צו איר און קושסט זי אין דער שטיל
צום טאַקט פון שפּעטן שוין נאָך־חצותישן באַריר.

Friday, June 10, 2005

סתם אַזוי אַ סאָנעט

324




די מוזע שלאָפט טאָ זאָל זי רואיק שלאָפן
אַבי באַוואַכן ס'זאָל איר שלאָף אַ לויטערער געזאַנג
פון גרענעצלאָזער קראַפט פון מענטשנס האָפן
וואָס ברעכט אַדורך דעם יאושדיקן צוואַנג

אַ שיינע, רייצנדיקע יידענע, אָן איר וואָלסט כ'לעבן
פון לאַנג געפאַנגען ווערן אין דער נעץ פון אַנגסט
נאָר אָט זי כאַפּט זיך אויף, אָט שלאָפט זי זיס דערנעבן
אַבי זי'ז לעבן דיר, דערפרישט דיין דראַנג־און־גאַנג

זי אָטעמט שטיל, איר ברוסט באַוועגט זיך ריטמיש
צום טאַקט פון שפּעטן שוין נאָך־חצותישן באַריר
פון ווערטער אויפגעכאַפּטע וואָס זייער קלאַנג צעבריט נישט
נאָר די, וואָס האָבן ניט געהאַט דעם זכות צו ליגן לעבן איר

די מוזע שלאָפט, נאָר ס'קאָן ניט איינשלאָפן דיין ליבשאַפט
און דיין געזאַנג באַשלאָפט זי מיט אומענדלעכער געניטשאַפט




186

Tuesday, May 03, 2005

היינט צו טאג

Bella_with_a_white_collar

בעלאַ שאַגאַל געמאָלט פון מאַרק שאַגאַל



היינט צו טאָג
איז פּאָעזיע אַלץ
אַלץ, אַלץ, אַלץ
וואָס האָט ניט צו טאָן
מיט קיין גומען
מיט קיין צונג
מיט קיין אויסגעדייווערטן
האַלדז

עס לעכצט ניט
נאָך אַ קאַפּעלע
כליפּעניש
וואָס אי' געבליבן
פאַרשטומט
ערגעץ טיף
אין די תהומען
פאַרברומט

היינט איז דאָס סתם
אַ פאַרליבעניש
וואָס פאַרגייט
נאָך איידער עס קומט
צום טאָלק פון וואָרט
איידער ס'גרייכט
צום תוך
פון זיין פאַרבאָרגענעם
טעם

היינט צו טאָג אי' דאָס סתם
סתם, סתם, סתם
אַ קול ולאָך
פון וועלכן עס טריפט
ביז צו לעצט אַרויס
אַ פּיצינקע סימנדל
פון אַ גראַם

נאָר דו, מיין פריינד
מאַך זיך האַרץ
ווייל סוף כל סוף
אפילו היינט
איז פּאָעזיע נאָך אַלץ
פון די טיפסטע אינגעווייד
ביז אינעם דינסטן האַלדז
אַלץ, אַלץ, אַלץ

צי הערסטו דען ניט
מיין פריינד
ווי עס שלאָגט אַלץ
איר
האָרכענדיק האַרץ
האַרץ, האַרץ
האַרץ


327

Wednesday, April 06, 2005

Tsenerene
־־־ אַ סצענע פון דער "צענערענע" ־־־

סוף גן־עדן

ווען מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן
איז פאַרכמאַרעט די וועלט געוואָרן
און דער קוואַל האָט געקוועלט מיט צאָרן
...ווען מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן

און די וועלט איז געוואָרן ענגער
וואָס איז שוין דאָ שייך צו ריידן
בלויז איר האַרץ איז געבליבן הענגען
.ווען מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן

ס'האַרץ פון וועלט טוט קלאַפּן אַלץ שטרענגער
איבער שפּליטערס צעשפּרייטע ווי קווייטן
איבער פעלדער און וועלדער און פּליינען
און דער קוואַל ר'קאָן נאָך אַלץ ניט באַשיידן
...הלמאי מ'האָט פאַרמאַכט דעם גן־עדן

איינס איז קלאָר: זינט סוף גן־עדן
.ציט זיך קוואַליק דער אָנהייב פון גלייבן



RYBAK

די שקלאָווער שול געצייכנט פון יששכר־בער ריבאַק

Yoysef, Moskve 1960

יוסף קערלער, אָנהייב 1960ער, הינטער מאָסקווע

ווי אַנדערש און ווי ענלעך

דעם טאַטן צו זיין 81טן געבורטסטאָג

– ?ווי אַנדערש, און ווי ענלעך, און... ווי אַנדערש
,אַן עפּל און אַ מעכטיק שיינער בוים
אַן עפּעלע וואָס ווערט אַליין – אַ צווייגן־צאַפּל
.אַ בוים וואָס שפּיגלען זיך די וואָרצלען אין זיין קרוין

– ווי ענלעך, און ווי אַנדערש, און ווי ענלעך
עס האַלט אַ האַנט אַ הענטל און דאָס הענטל ווערט אַ האַנט
און ס'ווערן ווייטקייטן אַלץ נעענטער און נענטער
...ביז ס'דאָכט מ'קאָן שוין אָנרירן דעם האָריזאָנטן־ראַנד

ווי אַנדערש?! און דו וואַנדערסט
,ביז ענדלעך ווערט מען ענלעך
און ס'טוט אַ טיאָכקע ס'האַרץ
זיך נייגנדיק צום האַרץ

און ס'ווערט דיר אַלץ זיס־קלאָר
:און ביטערלעך־פאַרשטענדלעך
...אַן אייביקייט וועט דויערן די ברכה
?..און איר שכר

אַפּריל 1999





Pictures from camera 039