Sunday, November 06, 2005

אַ וואָרט וועגן לידער





ART84978
"Red Furniture" by Robert Falk



די לידער דאַרפן רעדן ווי פאַר זיך אַליין – אַזוי ווי ס'רעדן
אָן אַ וואָרט דעם מענטשנס גלידער. די שפּראַך פון גוף אַנט-
פּלעקט דעם טיפסטן מיין, וואָס ווערטער קאָנען איר נאָר זיין
דערווידער. טאָ נעמט אַ ליד און טוט דערמיט אַ דריי – ביז
ס'וועט זיך אויסשיילן דערפון צו אייך אַריבער – דער טייטש
פון שטילן קנייטש, דעם זשעסט'ס אַ הויך געשריי. פאַר זיך
אַליין צו אייך באַדאַרפן רעדן לידער.




mit Avrom Sutzkever (Oksford 1983)

אָקספאָרד, זומער 1983

Wednesday, November 02, 2005

צווייגן

<>

Old Apple Tree by Rivka Katz
"Old Apple Tree" by Rivke Katz


כ'האָב גאָרנישט נישט געשריבן נאָך
...פון צווייגן
,אין וואָרצלען זיך גערויעט
...געקלעטערט צו די קרוינען

– נאָר צווייגן
ווי האָב איך זיך פאַרגונען
צו פאַרשווייגן
,די ברייטקייט
די צעשפּרייטקייט
?פון זייער דויער טרוימען

כ'האָב גאָרניט ניט געזונגען נאָך
,פון צווייגן
זיך ניט געוואַגט
זיי מיט אַ וואָרט
– באַלוינען
,סיי זייער דינקייט צאַרטע
...סיי זייער מעכטיק שטייגן

– ממש צו דערשטוינען
ווי איך האָב גאָרנישט ניט געזאָגט נאָך
וועגן צווייגן




צווייגן

Monday, October 31, 2005

אַ בלאט

<>

slowly_falling

"Leaf falling near Box Hill, Surrey" by -
Daniel Sprawson


אַ בלאַט
וואָס רייסט זיך אָפּ פון צווייג
און פאַלט אַראָפּ
זינגט ער ביים פאַלן פאָרט
אַרויס
די גרויסע האָפענונג
אַז ס'איז למעשה
צייטווייליק
אין תוך
,דעם הויכן
שטאַרקן בוימ'ס
אַנטוואָפענונג

Thursday, October 20, 2005

קיינער רופט ניט

<>

mishki


:קיינער זאָגט ניט
"!בערל, קום אַהער"
:קיינער רופט ניט
"?בערעלע, וואו ביסטו"
:קיינער זאָגט אפילו ניט
"!?וואו איז ער גאָר, דער בער"
בלויז אַ ווינטל שאָרכעט
לויט ווי כ'הער
כלומרשט שטילערהייט
...און כלומרשט ניט אומיסטן

:קיינער זאָגט ניט
,זון מיין, זיי אַזוי פיל גוט"
ברענג אַ ביסל וואַסער
".פאַר דער מאַמען
:קיינער רופט ניט אויס
אָ, זון מיינער, ווי גוט"
וואָס מיר ביידע זענען
"!דאָ מיט דיר צוזאַמען

...קיינער זאָגט ניט
,ס'דאַכט זיך
...קיינער רופט
בלויז דער ווינט
צעלאַכט זיך
בייגנדיק די שטאַמען
,און דער בער
וואָס כלומרשט
,גייט אַ טענצל
ווייסט ווי גוט
יענע ווערטער
צו דערהערן
.ניט פאַרזאַמען

der ber

עץ השדה

<>



HARBST 2003


,אוי
ווען איך זאָל זיין
,אַ בוים
אַ בוים אַ הויכער
,און אַ שטאַקרער
,וואָלט איך געזאָגט דאַן: אוי
,ווי גוט עס איז צו זיין
:אַ בוים
– הויך
,אין די הימלען
איז מיין קרוין
– די וואָרצלען
!איינגעטיפט אין קרקע