אפילו אין די סאַמע וואָכעדיקסטע טעג
וואָס גריסט, און וועקט, און גליקלעך מאָנט דיך
אויף יעטוויד שפּאַן אינמיטן וועג
וואָס ברענגט קיין גרימצאָרן, וואָס טוט ניט באַנג
אינמיטן וואָכעדיקסטן גאַנג –
אַ פולע, פייערדיקע, יום־טובדיקע ליבע
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
גוט מאָרגן, דוריען!
איך לייג זיך שלאָפן,
די אויגן – אָפן,
ס'האַרץ – צוגעמאַכט:
אַ גוטע נאַכט!..
און ס'דאַכט: די סטעליע –
פון אָרט זיך רירט שוין.
– נאַ סאַמאָם דיעלע?
– יאָ, מערטשעם, מירטשעם...
אַזוי פיל זאַכן
נאָך ניט באַוויזן...
שוין צייט צו קראַכן
ווי קאָמוניזם,
שוין צייט צו פּלאַצן
ווי געטער פאַלשע
אין וועלט'ס פּאַלאַצן...
– גיב גאָט, אָט באַלד שוין;
און אינדערפרי,
אין שויס פון מאָרגן
אַ נייעם ברי
פאַר זיך אויסבאָרגן! –
דאָס האַרץ צעעפנט,
אויגן – פאַרזשמורעט:
– גוט מאָרגן, וועלט, דיר!
– גיי ווייטער, דוריען!
כן יהי רצון
אַ פּראָסטע תפילה
אָן שום וויירעך,
שטילע, בלויט;
טוט די טיפעניש
אַנטהילן
ברוך הוא
און
ברוך שמו
און איר אָפּהילך –
מילך און האָניג,
פּאָליכראָניש
וועקט און שוינט,
וועקט און שוינט דיך
פּאָליפאָניש:
כן יהי רצון
ס'לעבן דויערט פריש
און בלייביק
ווען ס'פאַרגייט
סיי שטיין, סיי שטאָל –
וואָס מיר שטערבלעך,
ווער מיר לייביק, –
אחרי ככלות הכל
Каждый день –
без воскурений,
с молитвы тихой,
и простой
открываются
глубины –
БОРУХ hУ
и
БОРУХ ШМОЙ
Молоком и медом
отзвук
полихронно
славит в тон,
будь и славься,
полифонно:
КЕЙН ЙЕhИ РОЦОЙН
Жизнь длинней
чем век короткий,
век камней
и век стальной –
что мне смерть
и что мне вечность –
АХАРЕЙ КЕХЛОЙС hАКОЙЛ
Перевод Б. Котлермана
ס'קאָן זיין אַז ס'וועט קלינגען גאַנץ תמעוואַטע,
נאָר ס'טרעפט: די נשמה גייט אויס נאָך אַ ליד, –
אַ ליד אָן שום קונצן, אַ ליד אָן אַ דאַטע,
אַ ליד וואָס לאָזט איבער אַ הערלעכן סליד.
און טאָמער דערפון וועלן אַנדערע לאַכן,
דו, ווער ניט אַנטמוטיקט, מיין ליב טייער קינד,
עס וואַרטן אויף דיר אויף דער ערד'ס ברייטע שליאַכן
און סטעזשקעס פיל שפּורן: אַיעטווידער – זינגט!
דו וועסט זיי געפינען, ווי קאָן דען זיין אַנדערש,
געבענטשט ביסט דעראויף פון דיין שורש און שטאַם,
ביז קריק פונעם סליד צו דעם ליד דו דערוואַנדערסט:
צום קלאָר ווייסן פערז, צי צום נאָכקלאַנג פון גראַם.
אָט דאַן, אויב סע טויג, דו פאַרשרייב עס לעת־עתה
(און מעגלעך אויף אייביק): דאָס ליד אָן אַ דאַטע.
ויאמר LOGOS
אין קיין קלאַנגען
איז ניטאָ
קיין מאַנגל
און די ווערטער,
צי מיט שאָטנס לאַנגע,
צי מיט קורצע עקן,
דאַנקען גאָט,
זיי קלעקן.
בעסער: די ניגונים, –
הער, ווי ס'האַלט
אַלץ
קליגן זיך
און וויגן
ווי פון טיפן
ברונעם.
וואָס זשע,
וואָס דיר פעלט
אויף דער גרויסער,
ווייסער
וועלט?
גאַנץ טויבלעך,
האַלב געליימט
אויף ביידע אויגן
און פאַרחושכט
טאַפּט זי איצטער
אויס
איר דויער
אין דער פינצטער...
ביים מינדסטן ליכט
פון שטערן
טוט מען קלאָר
איר האַרץ
דערהערן
ווי עס דופקט:
אָט, אָט, אָט –
ס'וואָרט ווערט וועלט,
וואָרט'ס
איז
גאָט!