Sunday, February 11, 2007

בלויער שניי

--






כ'האָב ערשט דערזען
היינט אויף דער וואָר
צום ערשטן מאָל,
צום ערשטן מאָל
דעם בלויען שניי
ווי אויף די בילדער
פון מיין קינדהייט

און האָב געגריסט אים
ווי אַמאָל
ווען ער איז ווייס געווען
און קלאָר
אין יענער זויבער
פרישער וואָר
דער לינדער

און ער, דער שניי,
טוט מיר אַ וואונק
מיט שטילן שמייכל
שעפּטשעט שטום:
יאָ, יאָ,
מיין פריינד,
מע ווערט שוין בלאָ,
און דו –
באַזילבערט ווייס און גראָ...

גוט דיך צו זען
באַפּעלצט אָט דאָ,
דיך הערן זינגען!..


Friday, February 02, 2007

אן אמתער ווינטער

--





אַן אמתער ווינטער, רבותי,
איז גאָרניט ניט דער, וואָס פאַרשנייט איז,
פאַרקאָוועט אין שאַרף־בייזן פראָסט.

אַן אמתער ווינטער
ווי אַ יום־טוב אַ גרויסער,
ווי די פרייד וואָס פילט
־אָן
די הערצער ווי כוסות
ביים אויסברעכן פריי,
נאָר מיט מאָס:

די פעלדער די גרינע באַזילבערט
מיט יונגן און פרישן נאָך שניי,
דאָס פרעסטל דערקוויקנדיק פידלט
מיט מילדן, ניט פרעכן זאַוויי.

אַן אמתער ווינטער, רבותי,
צי ווייסט איר בכלל וואָס איך מיין
אַ וועלט אַ באַנייטע אין דרויסן
באַשנייט צו דער מאָס, מלא חן.

אָט דאָס בין איך, דושינקע, אויסן
און בעט דיך, מיין ליבע, ניט וויין.


Monday, January 22, 2007

--





עקזיסטענציאַליזם אָדער פיר לשונות בגוף אחד

איך שפּיל זיך
נאָר זיך אַליין
כאָטש איך אַליין
באַשטיי
פון גאַנצע פיר
באַזונדערע איכן
וואָס יעדערן כ'שפּיר
ווי ער טוט פון מיר קריכן
און איך אַליין,
אַליין, אַליין, אַליין
אויף אַלע פיר
באַמי זיך
נאָכקריכן
נאָך זיי

און זיי,
זיי
פּריוון שפּילן מיך
פון קאָפּ ביז די שיך
יעדערער
לויט אַן אַנדער מין סימפאָניע
גלייך ווי כ'וואָלט זיין
אַ שטיקל פילהאַרמאָניע
זיי ציען אויס ביי מיר דעם קליי
און זאָגן: גיי, שוין גיי,
אַזוי וועט זיין געראָטן!

און יעדערער
שלעפּט מיט זיין פּאַרטיטור
מיט אייגענע נאָטן
מיט אייגענער פאַקטור
און יעדערער
מאָנט און דערוואַרט
כ'זאָל באַלד
נאָכטאַנצן אַלע טענער
נאָך הערלעכער און שענער
ווי פריר

פרעג איך ביי זיי:
ביז ווען וועט זיין דער שיעור?

דאַן ווערן זיי
אויף
אַ וויילעטשקע אַנטשוויגן
און איך
איך הייב שוין ווידער אָן
צו שפּילן
זיך
נאָר זיך אַליין
שטיל און שטאָלץ
און עלנט
ווי אַ שטיין.




Thursday, January 18, 2007

אָן קאַטאָוועס

<>






אויף די צווייגן זיצן סאָוועס
זיצן שטיל, גאָר אָן קאַטאָוועס
גאַנצע נעכט ביז טאָג וואָס בלאָוו איז
זיצן זיי

און זיי האָבן ניט קיין טאָוועס
רק זיי זיצן אָן שום טובות
ביז מ'צאָלט זיי אָפּ די חובות
איינס און צוויי

און ווען ס'קומט דער טאָג דער בלאָווער
ווערט די צוקונפט – הוילער עבר
און ווי סאָוועס ווערן גראָווער
בוים און שטיין

ביז די ווייטע, ווייטע אבות
מיט די אימהות, גרייט צו כאָווען,
נעמען־אויף אונדז אָן תרעומת
שטיין און ביין

אויף די צווייגן זיצן סאָוועס
גרוילעך־שוואַרצע ווי דער סוף איז
פון דעם קאַלטן טאָג וואָס בלאָוו איז
אָך און וויי





Friday, January 12, 2007

lomir zikh nit zorgn...

<>



היינט לעבסטו, היינט
דער פרישער מאָרגן
איז פאַר דיין קורצן בליק
פאַרבאָרגן
פאַרהילט
אין נעפּל ווי דער נעכטן
הגם דער נעכטן
איז דיר ג
אָר עכטער

היינט לעבסטו, היינט
דעם היינט'ס אַ וועכטער
ווילסט באָרגן גאַנצע שטיק
ביים נעכטן
ווייל וואָס דיר שפּעטער,
וואָס דיר מאָרגן
וו
אָס אייביק ווערט ער
בלויז פאַרדאָרבן

היינט לעבסטו, היינט
אין נעכטנ'ס מאָרגן
צעשפּרייטסטו פליגל
פריי, אָן זאָרג און
גלייך דערזעסט
העט ווייט:
דיין וויגל

אים וויגט ביז היינט
דעם טאַטנס ניגון