Tuesday, April 10, 2007

OYGN

-




*

דו קוקסט און פרעגסט אַמאָל מיט כעס:

וואו זיינען, זאָג מיר, דיינע אויגן?

און איך פאַרענטפער זיך אָן שפּאַס:

די אויגן זיינען זיך צעפלויגן

אין אַלע זייטן פון דער וועלט,

אין אַלע ווייטקייטן און עקן,

נאָר תמיד ס'קערט דער בליק צעהעלט

זיך אום כדי דיך אויפצווועקן...


*

דו טוסט אַמאָל אַ פרעג:

וואו זיינען דיינע אויגן?

וואָס קאָן איך ענטפערן דעראויף? –

די אויגן זיינען זיך צעפלויגן,

נאָר אָט, קוים טוסטו מיך אַ רוף,

ווערט ס'פליען זייערס ניט געשטויגן,

זיי קרייזן באַלד אַראָפּ צו דיר

און טוקן זיך אין דיינע אויגן.


Sunday, April 08, 2007



מוזיק אין גיהנום,
ווי קאָן עס געמאָלט זיין?!

צי קאָן עס געמאָלט זיין
גאָר אַנדערש?

מוזיק פון גיהנום,
פון טיף אין דער נידער
ווען ס'רייסט זיך אַרויס
און עס ברעכט זיך
דער ניגון
מיט ווייטאָג'ס
אומענדלעכן וואַנדער.

אָרויס פון פיר איילן
פון פּיין און יסורים
פון תשעה באב טאָל
אָן אַ ברעקעלע פּורים
צום טורעם
פון ליכט
ניט דערגרייכטער
פון יענעם,
וואָס
זיך
האָט
צעפליקט
מיט מוזיק אין גיהנום...

און ס'ציטערן קלאַנגען
צעטרייסלענדיק וועלטן,
און גרייכן ביז היינט,
און ביז מאָרגן,
ביז שפּעטער...
און ס'צעציטערן ווערטער
זיך איבעראַנאַנדער:

מוזיק אין גיהנום,
ווי קאָן עס געמאָלט זיין?!

צי קאָן עס געמאָלט זיין
גאָר אַנדערש?..



Thursday, March 22, 2007





זאָל רינען, זאָל רינען ביי יענעם די סלינע,
זאָל יענעם פאַרכלינען די קנאה די גרינע,
אַבי זאָל דער יענער ניט ווערן פאַרלאָרן
און קיינעם ניט קירצן די געבליבענע יאָרן.

ניט קיינעם, ניט זיך און אוודאי ניט יענעם,
אפילו ווען ס'ווערט פון גן־עדן – אַ גיהנום,
אפילו ווען ס'דאַכט: מ'טוט יאָרן פאַרשפּילן,
באַדאַרף מען דעם ווילן צו שמייכלען אַנטהילן, –

איינשטילן ס'געוויין און אַנטבלויזן די ציינער,
ניט שטשירען, חלילה, נאָר פּשוט זיי ווייזן.
אַ האַרץ אַ געשפּאָלטנס, דו, ווער ניט פאַרשטיינערט
;
דו ווייז ערשט דעם קונץ און זיי שטאַרקער פון אייזן!

זאָל גיסן זיך, גיסן די פרייד פון געניסן
דאָס ליכט פון פאַרגינען און פון ריינעם געוויסן.

necessity of old

<>


doykhek


אפילו
דער
אַלטיטשקער
דוחק

ווערט אויכעט

צומאָל איבערפול

מיט קרוכלע שוין

נויטן,

וואָס הענגען

עס דאַכט זיך,

צעלויזטע

ווי זינלאָזע קייטלעך,

ווי הילפלאָזע צויטן,

כלומרשט,

צעפוילטע.


נאָר פאָרט
יענער דוחק
צעשרויפטער
איז נענטער און ליבער
פון טויזנטער
פלאַמיקע רייד
וואָס לייגן אין פייער
דאָס האַרץ, וואו עס הויזן
געמיטער,
דעם גייסט, וואו עס לעבן
אויך ווייטער
די היימישע שטיבער
(כאָטש זייער געביין
איז פון לאַנג שוין
אין טיפקייט פון היימלאָזע
גריבער...) י


ביסט מוחל די טובות
דעם יונגן
צעפלאַקערטן נויטווענד
און שענקסט שטילע
ברכה
דעם דוחק
דעם הויכן
שוין זאַטן מיט יאָרן,
וואָס אייביקט
דערווייל טאָג־נאָך־טאָג,
וואָס דערמוטיקט
און טאָרעט
זאָלסט, חלילה,
ניט ווערן צעקראָכן,
ניט אומגיין
פאַרלאָרן!..




Yosl Bergner

Yosl Bergner יאָסל בערגנער

Sunday, February 18, 2007

זאַמד מיט שניי

--





דער לעצטער דיכטער איז נאָך גאָרנישט ניט געבוירן,
דער לייענער דער ערשטער איז שוין פון לאַנג פאַרביי.
אין וויסטע ווייטע זאַמדן פון סיני די זוימען – יוירן,
אין טיפע שנייען פון די אַלפּען־שפּיצן פרירן זיי געטריי

דער לעצטער לץ און ווערטער שמיד וועט נאָך שטיין פאַרלוירן,
זיין לשון לעשנדיק אויף שניי בעת ס'שליסט זיך זיין געזאַנג:
וואָס לייענער, ווער לייענער – ער דאַרף רק אַ פּאָר אויערן
זאָל זיין פון בוים, זאָל זיין פון זאַמד,
זאָל זיין פון בייזן שלאַנג!

דער טויבער צווייגן־שאָרך, דער סקריפּ פון שטאַרע טויערן
באַגלייטן זיין מזווג־זיין דעם הייסן זאַמד מיט שניי
און ס'וועט צעפּראַלן דאַן די וועלט אירע קודלאַטע אויערן
צו האָרכן זיין געזאַנג, זיין אומרו־פרייד, זיין וויי.