און ווידער, איידער פאַלן זיך גיסן אָן מיט גאָלד די בלעטער
אַיעטווידער זאָל ווערן פאַר צווייג־און־שטאַם אַ גוטער בעטער
.בעת ווינטער־שנייען ווערן שוין פאַרגרייט אין סאַמע האַרץ פון האַרבסט
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
דער יידישער טשאַבאַן פון דאָראָהאָי
דער יידישער טשאַבאַן פון דאָראָהאָי
האָט אונדז געזאָגט: דער בורא, ברוך שמו,
האָט מיר באַשערט ניט ווייניק לאַנגע יאָרן
דורך וועלכע כ'האָב ניט ווייניק שאָף פאַרלאָרן
אויף גרינע פּאַשעס לעבן דאָראָהאָי.
אַ פלעמל אין די אויגן זיינע בלוי
האָט כלומרשט אויסגעאָטעמט "ברוך שמו"
און מ'האָט דערזען דורך שמייכל זיינעם קלאָרן,
אַז ביטער־גיך פאַרביי זיינען די יאָרן
און ס'פעלן גאָר ניט ווייניק שאָף אין דאָראָהאָי.
דאָס לעבן איז אַ פּאַשע, דער זכרון – שטרוי,
די יאָרן אויסגעלעבטע פאַרוואַנדלען זיך אין חלום
און ווען סע שלאָגט די שעה טאָ ווער וועט דאַן, פאַרטרויט,
שוין מאַכן ווי ס'געהער צו זיין נאָך מיר אַ מלא,
נאָך מיר, נאָך מיינע לעצטע שאָף, נאָך אונדזער דאָראָהאָי?
דער יידישער טשאַבאַן פאַרחלומט שטייט אַזוי
געזעגנט זיך מיט אונדז און ווינטשט אונדז: פאָרט לשלום
ער קאָן און וויל שוין מער ניט מאַכן קיין הבדלה
די גרינע פּאַשע ווערט באַלד טונקל־גרוי
אַלץ ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ לאַנגן, לאַנגן חלום.
סיגעט, יוני 2007
די מוטער רחל
וויינט אויף אירע
קינדער
און די קינדער
קערן ניט
געדענקען
זייער מוטער.
לאַנג פאַרגעסן
וואָס ס'איז אסור
וואָס ס'איז מותר
לויפן זיי אַרום
ווי בלינדע
שאָף און רינדער
אָן אַ מורה־דרך,
אָן אַ קול
פון פּאַסטעך.
הערצער שטאַר
פאַרשפּאַרט,
פאַרבלענדט
פון קליינע יאָכן.
הענט און פיס
צעכראַסטעט
איבער בייכער,
אָנגעשטאָפּט
מיט שוואוילטאָג,
ליידיק פאָכען.
אוי ווי ביטער
ס'יאָמערט אויס
איר ווייטאָג
צום כביכול,
איר געוויין
לדורות,
די געטרייע
מוטער
רחל.
וואָס מער
כ'דערווייטער
זיך פון דיר,
מיין יוגנט,
אַלץ נעענטער
דו ווערסט מיר. –
דאָס איז קלאָר,
כאָטש ס'ווערט
ניט קלערער
מיר
דיין ברויזנדיקע
צוקונפט –
פון יאָר צו יאָר...