Thursday, April 15, 2010

רייד און שטילקייט





שיין געזאָגט
און קלוג געדברט
אדרבא, אדרבא

טיפע ווערטער
ווי די ווערטן
אין דער וועלט
איבערגעקערטער

און צומאָל
מיט קלאַנגען קרעלן
טוט אַ ניגונדל
זיך קוועלן

פּלוצים שטילקייט
ווי אין אויער
מילדע ווילדקייטן
קאַפּויער

בלויז די צייט
טיקטאַקעט
ווייטער
טאַקע, טאַקע
הייטער, הייטער

נאָר סע דאַכט:
י
י– עך מיר אַ גדולה,י
אַלץ פאַרוויגן
בלוטן הייסע!..
י

– ,ווילסט –
אַ שמצל גאולה?י
מהיכי תיתי!..
י

    Wednesday, March 24, 2010

    טרויעריק לידל





    :דו ברומסט זיך און ברומסט זיך אַ לידל כסדר
    "דעם נאָקעטן קעניגס קויטיקע קליידער
    וועל איך ניט אָנקוקן און כ'וויל זיי ניט זען
    אַלע צו־להכעיסן אף על פּי כן

    זאָלן זיי אַנדערע לויבן אין הימל
    ,די ברודיקע קליידער וואָס פוילן אין שימל
    זאָל מען אין טרערן זיי וואַשן און שווענקען
    ."איך וועל שוין נאָך זיי מער קיינמאָל ניט בענקען

    דער קעניג איז נאַקעט. איז טוסט אים פאַרגינען
    .זיין הוילקייט, אַנטבלויזקייט, זיין באָרוועסן גאַנג
    ער טוט אַל־דאָס זיכער גאַנץ כשר פאַרדינען
    .נאָר פאָרט טוט זיין הוילקייט דיר באַנג

    דו ברומסט זיך און ברומסט זיך אַ לידל און אַלץ
    גייט דיר קאַפּויער כאָטש פאַרקוקסט שוין כסדר
    ...זיינע צעוואָרפענע, פאַרקויטיקטע קליידער
    נאָר ס'וויינט איבער נאַקעטן קעניג דאָס האַרץ



    Tuesday, March 09, 2010

    ס'איז היינט אַזאַ מין טאָג, אַ ליכטיקער, אַ גרינגער




    etoia




    ס'איז היינט אַזאַ מין טאָג, אַ ליכטיקער, אַ גרינגער

    און לופטיק ווערט די וואָג און דו אַליין ווערסט יינגער


    און ס'דאַכט אַ נייער טראָט וועט טאָן אויף נייעם שטאַפּל

    פון ברייטן וועלט־באַראָט זיין דרייסטן, ערשטן צאַפּל


    די יאָרן פול מיט פרייד באַפרייען דיך פון ווייטיק

    נאָר אַלץ וואָס טוט דיר וויי איז אויך געדענקען נייטיק


    און אַלץ וואָס דיר געשען און אַלץ וואָס דיר געוואָרן

    פאַרזיווגט מיט רעפריין פון גיכן גאַנג פון יאָרן


    באַפליגלט זאָלסט זיין גרייט צו בענטשן וועלטס געפּילדער

    ס'איז היינט אַ טאָג פון פרייד, אַ ליכטיקער, אַ מילדער

    7-6 מערץ, 2010


    Sunday, February 28, 2010

    לידער פון אַ גאַנץ יאָר




    ווען דו זאָלסט קענען אויף דער וואָר

    ניט זינגען לידער אַ גאַנץ יאָר

    וואָלט אפשר פיל מער קלערער ווערן

    די זויבער ריינע ליכט פון שטערן


    וואָלט אפשר אויך דעם וויין געראָטן

    מיט זון אויפיוירן טיף אין שאָטן

    עס זאָל זיך אָנציען מיט טעמ'ען

    קיין מינדסטן זאָל ער ניט פאַרזאַמען


    ווען וואָלסט געמורמלט בלויז אין דרימל

    אַ יאָר אַ קיילעכדיקס פאַרהימלט

    וואָלסט אפשר טיפער דיך געקערט

    דאַן צו די סטרונעס פון דער ערד


    נאָר ס'איז דיר ניט באַשערט אפּנים

    אַ יאָר אַ גאַנץ אָן גראַמען־קלאָנען,

    אַ לאַנגער גאַנג אָן ברעקלעך טרעלן

    וואָס מאָנען זיך אין ליד צעשטעלן


    און פעסט געפאַנגען בלייבסטו גאָר

    אין צוואַנג פון בת־קול אויף דער וואָר


    טאָ זאָל דיך זינגען האַלב דערבאַקן

    ביז דו שטומסט אויס דעם לידס סך־הכל



    Tuesday, February 09, 2010



    אַ זון מיט א פראָסט ווי ביי פּושקינען, כ'לעבן 
    דו ביסט עס אינמיטן און איך בין דערנעבן

    סיי וואַסער, סיי פייער, סיי דויער און אומרו
    און ס'הילכט אַלץ דער עכאָ: ושמרו, ויאמרו

    אין זויבערן שניי פאַרכאַפּט אין דער זשמעניע
    עס זינגט אַלץ דער עגאָ: הינני, הינני

    צעבויגסטו די פינגער – די שנייעלעך וויינען
    און ווערן מגולגל אין טרערן אין ריינע

    וואָס רינען און בענטשן, ווי אָקערשט דו האָסט 
    דעם פייער, דאָס וואַסער, די זון און דעם פראָסט


    photo: Artur Frątczak, Ukraine, January 2009