Monday, April 27, 2015

ווי צום ערשטן מאָל




צום לעצטן מאָל גלייך ווי צום ערשטן מאָל
,מיט פייגעלעך אין בויך
,מיט יאַשטשערקעס אין שמייכל
דערהערסט אויפסניי דער מאַמעשיס בת־קול

נאָר קאָנסט צו אים, ווי פריער, ניט דערגרייכן

אַ רגע פליט פאַרביי און ווי אַמאָל
טוסטו אַ קלער אַז אפשר דאָרטן, אין די הייכן
דערגרייכן וועט צום לעצטן ווי צום ערשטן מאָל
דער מאַמעס קול דיין ווייטאָגדיקער שמייכל


איידער חי ווערט ל"ו






לאָמיר זינגען אונדזערע לידער
פון סוף צוריק צום אָנהייב
וואָס קאָן זיין שענער ווי צוריקגיין
צום אָנהייב אַז מע טוט בשלום
איבערלעבן אַזש דעם סוף
ן
לאָזט אייך דינען, שוועסטער, ברידער
ס'וואָרקען ווידער די טויבן
זייער געזאַנג – הוילע גרינקייט
איבער בראשית, בערג, און טאָלן
איידער חי ווערט ל"ו

דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכעניש





דו שווימסט אַוועק טיף אין געדעכעניש
פון ווייטע טעג
,דיין היינט, דעם מאָרגנס אַ פאַרשוועכעניש
שווימט אויך אַוועק

און דאָך צו־מאָל דיינס אַ פאַרשפּרעכעניש
 – טויכט אויף מיט בליץ
ס׳געווען דיין יונג־און־בראַוו צעשטעכעניש
!אַ גוטער וויץ

און אין דעם עכאָ פון דיין רעכעניש
פאַרבלייבט ביז לעצט
דער אומרו נאַרישער און לעפּישער
פון קלוגן לץ

,און פון דעם קאָכעניש
פון ברעכעניש
פון טעג אויף נעכט
שווימסטו אַוועק
,אין שווימאַוועקעניש
!און שוין, אַן עק

Monday, February 09, 2015

צוויי זינגפייגל






ער איז געווען אַ האַרבער נוס,
אַ האַרבער נוס
נאָר אינעווייניק ווי אַ גרוס 
די אַלע אויסגעפּוצטע פּאַוועס 
האָבן ביי אים געברענט מיט גלוסט 
פּוכקע לבבות 

און דו, דו ביסט סענטימענטאַל
רק דו פאַרטרינקסט געפיל מיט קאַווע 
מיט ים פון קאַוועדיקן שלל 
נאָר אינעווייניק בלייבסט אָן גאַל 
צום אומרו־רוף פון דער קוקאַווע 

אין היץ, אין קעלט 
אויף אָט־דער וועלט
געזונגען האָט איר -- 
סיי ער, סיי דו -- 
קו-קו, קו-קו... 
קו-קאַ-רע-קו!.. 
דאָס רעשט -- 
גלאַט פּרטים.



די ליבע איז גרויס
און די שנאה איז קליינלעך.
די ליגנס פאַרגייען...
די אמתן פּיינלעך –
זיך דרייען און דרייען
אין דעם חלל וואו שאלות
געדענקען דעם פליגל־
געפאָך פון דער ליבע.

און ס'בעט אויס מחילה
ביים מעסער דער רוקן,
איעטווידע טרער
ווערט, במחילה,
פאַרטרוקנט...
בעת פּיצקעלעך ליגן
נאָך ערגעצוואו טליען –
נאָר ליבע, רק ליבע,
באַקומט די עליה.

פאַרגעס זשע די שינאה,
די קליינלעכע שטורעמס;
דעם אויסוואָרף – באַדויער,
פאַרגיב – דעם מטורף.
די יאָרן לעולם
ניט קערץ זיך, אַכיבע
ביסט גרייט זיך צו עקן –
ס'זאָל זיך מערן די ליבע