Saturday, August 20, 2016

דער לעצטער טאג אין ווילנע


דער לעצטער טאג אין ווילנע
איז ביז ווייטיק קורץ
נאר אויך דער ווייטיק וועט
מיט יארן ווערן לינדער
און דו, געבאלעוועטער פוריץ,
וועסט אדורך
פון פיין צו שיין
דעם לאנגן וועג, דעם ווילדן
און וועסט א זאג טאן:
ווילנע, כ'בענק נאך דיר אזוי,
נאך דיר אזא, ווי ביסט אמאל געוועזן,
אמאל, אמאל ווען איך אליין
נאך גארניט ניט געווען.
און איצטערט -- שימלסטו אין שטויב
און איך, א גרוי-באבארדעט וועזן,
זאפ איין נאך מערער פארן אפשייד
דיין אומגעהייער אש און גרוי
און ווינטש דיר אלץ דאס בעסטע
ווערן זאלסט גענעזן.

קיין עין-הרע

כ'בין קיין-עין-הרע
א פאעט א מינארער
כ'רייס ניט איין קיין וועלטן
קער ניט איבער קיין בערג
וויל דעם תהום ניט שעלטן
אנקלויף ניט פון געלט...
מערניט כ'טו שלייפן
די ווינקעלעך שטייפע
פון די ווינציקע ווערק
וואס קומען צו גאסט
ניט זעלטן צעהעלט
און בעטן זיך שטיל
ווי פאר זיי פאסט
איך זאל זיי פארשרייבן
דורכזיפן, איבערקלייבן
און ווארפן צוריק אויפן דיל
וואו כ'האב זיי, במחילה,
געפונען מלכתחילה...
א פאעט א פראסטער
ווי אן אלטער טאסטער
וואס זיין געזאנג מינארער
פארזיווגט דעם יצר טוב,
דעם לעצטגילטיקן אין-סוף,
מיט גוטמוטיקער לשון הרע.

Thursday, June 16, 2016

א גרוס מיט געזאנג

--


און אַזוי וויל איך גריסן דעם סוף
מיט געזאַנג
מיט געזאַנג
און מיט דאַנקשאַפט
און שליסן מיט אייביקן שלאָף
איבער צוואַנג
איבער צאַנק
אַ באַקאַנטשאפט

און דעם ליכטיקן, ציכטיקן דאָ –
גרויסן דאַנק
גרויסן דאַנק
וואָס איך קום אים פון לאַנג שוין
זאָל אויף אייביק געבענטשט
זיין די שעה
העלע שעה
פון אונדזער פאַרוואַנדשאַפט

כ'וועל מסתמא ניט בעטן
מער ליכט
ווייל אויף בעטן
וועל זיכער זיין קראַנק שוין
בלויז אַ קוש טאָן
מיין ליבשאַפטס געזיכט
מיין ליבשאַפטס געזיכט
מיין טיף אייגענעם לאַנדשאפט
און אַ זאָג טאָן
אַ זאָג טאָן
אַן ערך אַזוי
אַזוי לפי־ערך
כ'שענק אַוועק דיר,
מיין ליבע,
מיין אור־ערשטן אוי,
מיטן שטויב,
הימל־שטויב
פון מיין ערדישן דרך
 און אַ זאָג טאָן
 אַ זאָג טאָן
 אַן ערך אַזוי
 אַזוי לפי־ערך
 כ'שענק אַוועק דיר,
 מיין ליבע,
 מיין אור־ערשטן אוי,
 מיטן שטויב,
 הימל־שטויב
 פון מיין ערדישן דרך

Wednesday, June 15, 2016

פּוילן תשע"ו

--

וואַרשע תשע"ו
אַן אַנדער וואַרשע
אַן אַנדער וועלט
ניט זי דרשהט,
ניט זי שעלט...
די גאַסן ריינע –
וואָס ווייסן זיי
פון יענעם גיהנם,
פּיין און וויי?
היפּש הײַפל יידן
האָסט דערקענט
ביים טעאַטערס
שטומע ווענט...
די שטומקייט
עקט זיך
מיט פּוילישע רייד
אין יידישע מיילער
(ווי קאָן מען אָן זיי?!)
אַן אַנדער וואַרשע
אַן אַנדער דריי...
קיין שוואַרצע קאַרשן...
אָן זיי, אָן זיי –
בלייבן די גרינע גאָר
אַליין.
   וואַרשע, איר תשעו


דירה בתחתונים 

דערצייל אים, דערצייל אים – דעם ייד אויפן צלם:  

אין לאָדזש, אין לובלין אין גער און אין קראָקע
צעהענגט מען אויף ווענט איצט אַן אַנדער מין ייד
וואָס רק טוט ער ציילן געלטער, ממתקים,
מטבעות, באַנקנאָטן... אויף טריט און אויף שריט...
    

מ'גלייבט ער'עט ברענגען סיי גליק סיי עשירות
און דווקא אויף דער, אויף דער זינדיקער וועלט,
גראָד אין דער נידער פון זיין טאַטעשיס דירה
וואו גשמיות נישטיקע קיין צייט ניט פאַרפעלט.
    
איין ייד צוגעזאָגט האָט דאָס גליק אויפן הימל,
דער אנדערער כלומרשט בענטשט דעם יריד...
ווערסט צווישן די ביידע, אין רעשיק געווימל,
מיט יאַשטשערקעס לאַכנדיק – צעטראָגן און מיד.
   

דערצייל אים, דערצייל אים – דעם ייד אויף דער וואַנט,
אַז דער ייד אויפן צלם האָט אויף אים זיך דערוואַרט...
Top of Form

ירושלים, סיוון תשע"ו

קאַזשימעזש

אויף דער אַלטער גאַס שעראָקע
אויף דער ברייטער גאַס פון קראָקע –
שפּיל און פרעס און פאַרגעניגן 
אויך שפּאַציר, געזאַנג און ניגון,
און אוודאי (מ׳קאָן דען אַנדערש?!) –
קלעזמערלעכע קאַראַאָקע

און צו־מאָל פון צווישן טויזנט
טוסט דערזען דאָ אויך אַ יידן
צווישן ווענט וואו שאָטנס הויזן
זיך צוזאַם מיט שטויב פון קלויזן,
און די גוטע געסט וואָס קריגן
שטיקלעך פיש און וויין און רויזן

גייסט פאַרביי און זאַמלסט שטויבן
און פאַרכאַפּסט וואָס מערער שאָטנס
האָפנדיק אַז דיין געדנקשאַפט 
ווי מיט שטיקלעך תלית־קטנס
וועט דערפרייען דאָרט אין אויבן
דעם באַשעפערס הוילע בענקשאַפט

אויף דער אַלטער גאַס שעראָקע
שוין נאָך מנחה, איידער מעריב
אויף דער ברייטער גאַס אין קראָקע
טוסט ניט קלאָגן און ניט לויבן
נאָר פאַרעקשנט, ווילסט איינבראָקן
ברעקעלעך ביטחון־שטויבן

נאָך דעם בראָך פון אַלע בראָכן

קראָקע, סיוון תשע"ו

Tuesday, April 05, 2016

געטרייע אויערן...




April 4
19 hrs

פאַרמאָגסט אַ קול 
און אפשר דריי־פיר פּאָר 
געטרייע אויערן
און דאָס איז, דאַכט זיך, גאָר – 
דיין גאַנץ פאַרמעג
דיין שטים ווערט שטאַרקער און אויך מילדער
ווען אירע קלאַנגען דויערן
בעת די געבענטשטע טעג
פאַרטרויען זיך דיין הויערן
באַגלייטנדיק און מעסטנדיק דיין וועג
און צאַרטער ווערסט
הגם אין האַרצן בויערן
די שפּיזלעך שאַרפע פון דעם שוואַרצן פלעק –
דעם עק
וואוהין ס'פאַרגייען
אַלע קולות, אַלע ליבע אויערן
אין טיפן ניוועץ
אין דעם אייביקן
אַוועק
LikeShow more reactions
Comment
Comments
Shmuel Atzmon Wircer
יישר כוח א פארגעניגן צו ליינען חזק ואמץ
LikeReply19 hrs