-
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
Sunday, October 23, 2016
א גוט יאָג!
אַן אַלטער יאָג
נאָך זיין געיעג
נאָך רו
האָט מיר אַמאָל
געוואָרנט:
נאָך זיין געיעג
נאָך רו
האָט מיר אַמאָל
געוואָרנט:
הער מיך אויסעט,
דו,
באַדאַרפסט זיך לערנען
ווייניקער זיך קאָכן
אַניט -- דיין וועלט,
דיין טרוים
מיט טראַסק
ווערן צעבראָכן.
דו,
באַדאַרפסט זיך לערנען
ווייניקער זיך קאָכן
אַניט -- דיין וועלט,
דיין טרוים
מיט טראַסק
ווערן צעבראָכן.
דו, לערן זיך
פון מיר און קוק --
ווי כ׳שוועב אַוועק
פון דאַנען,
פריש און קלוג,
אויף שלווהדיקע
פליגל
פון נירוואַנע.
פון מיר און קוק --
ווי כ׳שוועב אַוועק
פון דאַנען,
פריש און קלוג,
אויף שלווהדיקע
פליגל
פון נירוואַנע.
געזאָגט דאָס אַלץ
און שטיל אַוועק,
אַוועקגעשוואומען
אינדערלופטן
האָב איך באַקלערט
מיט האַרץ
זיין שכל
דעם אנטגופטן
און זיך געזאָגט:
און שטיל אַוועק,
אַוועקגעשוואומען
אינדערלופטן
האָב איך באַקלערט
מיט האַרץ
זיין שכל
דעם אנטגופטן
און זיך געזאָגט:
דער אַלטער,
קלוגער יאָג
נאָך זיין געיעג נאָך רו
דערגרייכט
צו איר לסוף,
און דו?!
קלוגער יאָג
נאָך זיין געיעג נאָך רו
דערגרייכט
צו איר לסוף,
און דו?!
מערניט,
גיב גאָט,
מ׳זאָל ווייטער אויך
נאָך לעבנלאַנג
ניט אויפהערן
זיך קאָכן...
גיב גאָט,
מ׳זאָל ווייטער אויך
נאָך לעבנלאַנג
ניט אויפהערן
זיך קאָכן...
אַבי דער מעכטיקער
כביכול
זאָל אין אונדז
אָן באַנג
אינגאנצן ניט פאַרלירן
דעם בטחון.
כביכול
זאָל אין אונדז
אָן באַנג
אינגאנצן ניט פאַרלירן
דעם בטחון.
אין יידיש
אין יידיש קרעכט זיך,
אין יידיש איבערברעכט זיך
אלץ וואס עכט איז,
אלץ וואס פאלש איז...
אלץ וואס איז שטארק, און מילד, און שוואך,
אלץ וואס איז היימיש,
ניט בהמיש
גרייכנדיק צו עלעגאנץ --
סיי צום טייוול, סיי צום שבח,
אלץ וואס האט א ברעקעלע הארץ
און דאס איז אלץ
אלץ וואס איז היימיש,
ניט בהמיש
גרייכנדיק צו עלעגאנץ --
סיי צום טייוול, סיי צום שבח,
אלץ וואס האט א ברעקעלע הארץ
און דאס איז אלץ
דיין גאָב

באריס קארלאוו
איך האב דערזען
דיין אָסיען ווערט שוין טיף
נאר גראד דיין שמייכל
העלער טאָג נאָך טאָג
אן אויסגערייפטע יונגשאפט
אָן א ברעקל גיפט
באשיינט דיין זינגעוודיקן וועג
צעווישן פרייד און פלאָג
איך האָב דערזען
דעם לאכעדיקן פאָך
נאר גראד דיין שמייכל
העלער טאָג נאָך טאָג
אן אויסגערייפטע יונגשאפט
אָן א ברעקל גיפט
באשיינט דיין זינגעוודיקן וועג
צעווישן פרייד און פלאָג
איך האָב דערזען
דעם לאכעדיקן פאָך
פון דיינע אויסגעטאָקטע, אייביק יונגע הענט
און גלייך אויף אייביק פארגעדענקט
דערקענט
און הויך דערמאָנט
ווי גוואלדיק שיין עס איז דיין גאָב
ווי גליקלעך שווער דיין יאָך
אַיֶּכָּה
דאָס חיות פון כאַאָס
אין איכות פון עכאָ
אין איכות פון עכאָ
איז נעבעכדיק קליין
מלפנך
מלפנך
דער איינציקער איך
און דער איינציקער אחד
און דער איינציקער אחד
וואו כ'זאָל זיך ניט היטן
דערהעראיך
אַיֶּכָּה
דערהעראיך
אַיֶּכָּה
כסדר: אַיֶּכָּה
אַיֶּכָּה
אַיֶּכָּה
Subscribe to:
Posts (Atom)


