Saturday, February 11, 2017

צאַרטקייט מיט ממשות



סאַראַ מאָדנער זיווג: צאַרטקייט מיט ממשות,
שטייפער רצון מיט אַ ווייכקייט אָן אַ ברעג...
אַקסל, נאַקן... האָר – ווילד צעפּאַלאָשעט
און אַ חלום וואָס פון שלאָף דיך וועקט...

סאַראַ גרויסע ליכט און סאַראַ ווייטיק,
וואָס אויף שפּעטער ווערט פאַר אונדז פאַרגרייט,
נאָר דערווייל, מיין האַרץ, ניט וויין, איך בעט דיך,
קום מיט מיר זיך טובלען אין דער פרייד. –

אין דער פרייד פון זיין איר אויסגעוויילטער
כאָטשיק אויף אַ טאָג, אויף צוויי, אויף דריי...
ס'קאַפּען טראָפּנס שווייס ווי טראָפּנס ים דערפרייטע
איבער כוואַליעס אויסגעבענקטע אויף דער פריי.

סאַראַ מאָדנער זיווג? – ניין, ס'איז גאָרניט מאׇדנע,
ניט אומזיסט דאָך שאַפן מיר אַ גראַם
מיטן שווערן גליק, וואָס ביידן אונדז לאַגאָדנע
פירט צונויף – אי הייס, אי מילד – צוזאַם.

Tuesday, February 07, 2017

צו גאַסט אין מאָסקווע




אַ גרוס דיר, מאָסקווע ברייט און ווייט צעכראַסטעטע,
אינמיטן ווינטער כ׳טראָג דיר־צו אַ פרילינגדיקן גרוס
אין אָנבליק פון בנינים דיינע פרעך און גראָב פאַרקאַסטנטע
נעמט ווידער שלאָגן טיף אין מיר דער קינדערישער פּולס

און אויף די גאַסן דיינע ברייט און ווייט צעמאָסטענע
מיט געסלעך קרומע, ליקלעך טעמפּע אָן אַ שיעור
כ׳שפּאַן מונטער, כאָטש איעדער שפּאַן וועט קאָסטן מיר,
נאָר אויך מיין טראָט שענקט דיינע שנייען אַ צעפריר

זיי האָבן מיך דערקענט, פאַרברודיקטע סוגראָבעלעך
צעלאָזנדיק זיך ביסלעכווייז טראָץ אָנזאָג אויף די פרעסט
אַ שפּערל גריסט מיך יאָדערדיק באַהאַלטנדיק אין שנאָבעלע
אַ דאַרינק טרוקן צווייגעלע – אַ ציגל פאַר זיין נעסט.

 — — —

און איך פאַרמאָג, קין הרע ניט,
שוין מערער ווי איין נעסט
ווייט פון דער שטאָט פאַרפראָרענער
וואו איך פלעג זיין אויף קעסט...

אין האַרצן פרילינג האָרעוועט,
אין קאָפּ – געדאַנקען־דריי,
אונטער די פיס – אַלץ חרובער  
דער סקריפּענדיקער שניי...

אַ שפּליטער



כ׳האָב ביי דיר איבערגעלאָזן
אַ שטיקל פון מיין האַרץ
קאַלטע ווינטן בייזלעך בלאָזן
און דער שניי ווערט שוואַרץ

שווערער ווינטער טוט נאָך האָפן
אַז באַלד געווינט ער אַלץ
נאָר עס שפּרינגען ווילד די סטראָפן
פון אַ צעבראָכן האַרץ

און ווען נייע פרילינג־שטראָמען
ברענגען דעם באַלאַנץ
ווערן וועט מסתם פון זאָמען
גראָד אַ האַרץ אַ גאַנצס

כ׳האָב ביי דיר איבערגעלאָזן
אַ שפּליטער פון מיין האַרץ,
ניט קיין שפּיצל, קיין קוריאָזל, –
אַ האַרץ אַ טיף פאַרפלאַנצטס.


דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן


דיין וואַכן געהער צו דערגרייכן

דאָס אַלץ וואָס דו ביסט,
טאַטע, געווען
געוואָלט האָב איך ווערן
און בלייבן.
ניט אַלץ איינגעזאַפּט
ווי ס'געהער,
נאָר וואָדען? –
זיך צום עיקר
געצילט צו דערקלייבן.

צו דיין וואָרט,
(סאַראַ אַ מעכטיק געווער!)
צו באוואונדערן אַלץ
וואָס איז ליכטיק,
שפּאַן איך אַלץ
פון אַהין ביז אַהער
מיט אָפענעם האַרץ,
אויפריכטיק.

און כ'טו האָפן,
(ברוך־השם ניט אין קלעם)
אַז סע שוועבן
אַרויף אין די הייכן
ווען־ניט־ווען
מיינע רייד,
אַרויפעט, בכדי  
דיין וואַכן געהער
צו דערגרייכן.



אַ יתום־ליד

ביז היינט הער איך דיין קול
און ווייס דו שענקסט דיין ברכה
סע זאָל ניט זיין קיין עול
אפילו ווען ס'גייט טראָכי
שווערלעך –

כל־זמן פון שוועריקייטן
ערלעך
האָב איך זיך גאָרניט
אָפּגעשראָקן

ביז היינט
הער איך דיין קול
און גאַף ווי הערלעך
דויערט אַלץ דיין האָפן

די חושים בלייבן מונטער וואַך,
ווי טיף דו זאָלסט ניט שלאָפן,

כ'דערשפּיר און ווייטער שפּין
דיין לוסטיקן וויוואַט
וואָס טוט כסדר מיך באַגלייטן:

אַ טרייער עכאָ,
אַ נאָענט־ווייטע ליכט –
אָן עול,
אָן רעכענונג,
אָן קייטן

שאַליקל



אַ גאַנצן טאָג געטראַכט היינט רק פון דיר
און ס'איז דער קאָפּ מיר גאָרניט ניט געשוואָלן.
דאָס האַרץ צעעפנט ברייט האָט טויער־טיר,
גאָרניט געקלערט פון ניט־דערהיינטיקטע אַמאָלן.

געשטאַנען פאַר די אויגן אַלץ דיין בליק,
ווי קוקן וואָלסט דורך קיילעכלעך קרישטאָלן
אויף טעג־און־יאָרן נעכטיקע וואָס קומען ניט צוריק
און איך, מיין ליכטיקע, ווער גאָר אין היינט פאַרפאָלן.

אַ גאַנצן טאָג איז פול מיין וואָר מיט דיר,
ניט אָפּצוטיילן מער דעם טרוים פון חלום
האַלט איך אַלץ גלעטן, גלעטן אָן אַ שיעור
דעם שאַליקל, וואָס ד'האָסט מיר אויסגעקוואָלן.