Tuesday, February 21, 2017

אָפּגעריסן בלעטל




ווען ניט דיין קול
מיט דיין געלעכטער
אינעם טרייבל
וואָלט אומגעהייער שווער
געווען פון דיר
אַזוי דערווייטיקט
בלייבן

אַ בלעטל
פון איר צווייגל
אָפּגעריסן
קאָן פאָרט
פון אַזאַ ראָסקאָש
ניט געניסן –

אָן האָפענונג אַ ברעקל
צו דערהערן
איר צווייגלס לויטער קול
דעם עכטן,
איר האַרציק נאָענטן
געלעכטער




Saturday, February 18, 2017

לייענענדיק וועלוולס לידער




דאָס האַרץ – הָאָרץ
הלב – דער לייב
דאָס בלוט איז בולט
רויט
האדמה
איז אונדזער ערד
לחיים ביז צום טויט.

באשר באַשערטקייט –
ליכט איז קלאָר;
בעת קיל ווערט קל –
ויהי אור!

אַז דורך איז שווער
גאָר אָן אַן ערך –
נעם שברי דרך
מיט זיך מיט.

 יהודי – ייד
טאָר ניט זיין מיד:
הָאָרץ – האַרץ
הלב – דער לייב
אפילו ווען דו קאָנסט ניט –
גלייב,
לעבן – ליָד
אַ ליד

15טן פעברואר 2015

Friday, February 17, 2017

אן אנדערער זאל זינגען פרומע לידער






אַן אַנדערער זאָל זינגען פרומע לידער
און לויבן דעם באַשעפער אָן אַ שיעור
דו, זינג ווי פרייער פויגל קידער־ווידער
אַ ליד וואָס לאָזט זיך פליסן ווי אַ שיר

ניט אייל זיך איבערשאַלן די טרומייטן
זאָלן זיי הילכן שטאַרק און ווייט און ברייט
דו, טו דיין גאַנג דעם אייגענעם באַגלייטן
מיט שטילער האַרץ־נגינה פון דער פלייט

און ווען עס דאַכט צו־מאָל: ניט אויסגעפידלט...
געפעלשט, צי וואָס? פאַרמאַכן צייט די קלייט!..י
וועט אייבערשטער אַליין דיר שענקען ניגון
צונויפצופּאָרן ווייטאָגן מיט פרייד

נאָנטשאַפט


ווען די נאָנטשאַפט ווערט
טיפער פונעם דנאָ
מישן זיך צונויף
רעגנבויגנס
פאַרבן

און קיין פרעמדקייט מער
שוין ניטאָ,
ניטאָ
בעת פון זאַנגען זאַטע
ווערן רייפע גאַרבן

און אַיעטוויד זאַנג
פילט דיך אָן
מיט ליכט
און אַיעטוויד גאַרב
מאַכט דיין דעכען
מונטער

און צו אַל־די רוחות
דאַן פאַרשווינדט,
פאַרשווינדט
ס'גלייכגעוויכט

ווען דער טיפקייט
פון דער נאָנטשאַפט
גיסט זיך אונטער




"Closeness", painting by Natalie Holland

משיב הרוח





דעם גייסט וועט אומקערן דער ווינט
וואָס הוליעט לעבעדיק אַצינד
איבער די בערג, איבער די קעפּ,
פאַרטשעפּעט מיידלס שוואַרצע צעפּ



און ווידער קערט זיך אום אַהיים
וואו שמייכל דעקט־צו דעם געוויין,
וואו ווייטער ווייען ווערט ער קראַנק,
בלויז בלאָזן טוט ער טעמפּ אין קאַרק



און אַלץ וואָס פלעג זיין פרעך און ווילד
ווערט איינגעשטילטערהייט גאַנץ מילד
און אויפן קאָפּ די האָר ניט רייס


דער ווינט וועט אומקערן דעם גייסט
ביז ס'וועט די זעלבע אַלטע שפּיל
זיך אָנהייבן איבעראַנייס.