Monday, February 27, 2017

На севере диком Ein Fichtenbaum steht
















פאַרבענקטע עס שטייט אין דער ווײַטן אַ ווערבע.
זי טרוימט נאָך אַ פײַגנבוים ממעמקים.
ער האָט צוגעזאָגט אַזש פון דרייסיק־נײַן ערדן
איר ברענגען אויסלייזונג פון ווײַטע מרחקים.

דער פײַגנבוים שטייט אַ פארחושכט פאַרקלערטער:
"רבונו־של־עולם פאַרוואָס אַזאַ מכה?
פאַרוואָס זשע די וועלט אַזאַ איבערגעקערטע
 
די נידער אין חושך, אין דער הייך – דממה דקה?"

ס׳אַ לידל אַן אַלטינקס, פון לאַנג אויסגעזונגען,
נאָר צאַפּלדיק פריש איז דער ווערבעס אַ ציטער,
איר יעטווידער שאָרך פון דער שטילקייט פאַרשלונגען,
דעם פײַגנבוימס טרער איז איר ווײַט־ווײַטער היטער.





Saturday, February 25, 2017

דעם רעגן לכבוד





אַ וואָלקן אַ גרויער האָט פאַרלוירן זיין הימל
און קוקט אַלץ אַראָפּ און זוכט אַלץ דאָס בלימל,
וואָס האָט גריסנדיק וואַרעם און ליכטיק מיט שמייכל
געטראָפן אין האַרץ אים דאָרט טיף אין די הייכן.

ער קוקט אַלץ אַראָפּעט אויף לאָנקעס אויף גרינע
נאָר קאָן בשום־אופן ניט געפינען דאָס בלימל...
"וואו ביסטו, וואו ביסטו" – עס ווייען די ווינטן,
פאַרטראָגן דעם וואָלקן אַרויף און אַהינטער.

"וואו בין איך, וואו בין איך" – ענטפערט דער וואָלקן
"איך בין אָן דעם בלימעלעס שמייכל פאַרשאָלטן,
פאַרפאַלן, פאַרשטויסן, פון בענקשאַפט טו קוואַרן,
פון גרוי־ווייסן וואָלקן ווער איך אַ כמאַרע."

און עס נעמען זיך רינען פון אים הייסע טרערן
אַז דעם בלימלס געשמייכל זאָל מונטערער ווערן.







Thursday, February 23, 2017

די לידער




די לידער
וועגן ליבע, וועגן לעבן, וועגן לידער

זיי אַלע
קלינגען און קלינגען און קלינגען
די קלאַנגען פון זייערע ליפן
הילכן, און זינגען
אַבי נאָר ניט כליפּען
וועגן ליבע, לעבן און לידער
און אויגן און אויערן
קלייבן און קלייבן און קלייבן
צונויפעט די קלאַנגען
אין זייערן עכאָ
אויף אַ רגע
פאַרצויבערט
געפאַנגען
געפנאַגען ניט מער --
אויף אַ רגע
און באַלד זיך קערנדיק ווידער
פאַרגעסן גלייך אַלץ
איבער טעגלעכן פיבער
פאַרטאָן און פאַרליאַפּעט
מיט לייב און מיט האַרץ --
אין ליבע,
אין לעבן,
אין לידער

ס'איז ווידער שפּעט




ס'איז ווידער שפּעט,
נאָר ניט פאַרשפּעטיקט
דער טרוים
די צערטלעכע
עסטעטיק.

ר'וויל גובר זיין
אי צייט,
אי רוים...

צו אַל די רוחות –
די פּאַטעטיק!
הילכט אויס 
שאַרף ציכטיק
די פּאָעטיק.

ס'איז שפּעטלעך,
אָבער ניט פאַרשפּעטיקט...
?ניט שוין



Wednesday, February 22, 2017

יאָיק



יאָיק

זינג זשע דיין יאָיק
פון ברייטע, פאַרשנייטע
רוימען און צייטן
געכאָוועט אין ווייסקייט
דעם נעכטנס געוויין
וואָס איז דאָאיק און רוי

זינג זשע דיין יאָיק
פון ווינטן וואָס ווייען
פּאַזע אייזבערגלעך
מיט שנייאיקע קרוינען
דערמאָן אויך דעם טרוים
דעם צאַפּל פון פרוי

זינג זשע דיין יאָיק
פון אָפּגאַנג דעם לאַנגן
פון נאַכטישן גלות...
פרעסט דער וואָלף אויפעט
דעם צאַרט שטאָלצן הירש
און דעם שניי בלוט באַטויט

זינג אויס דיין יאָיק