Monday, March 13, 2017

Ode to Joy

'



אַ פויגל פליט זיך – ווײַט, ווײַט,
 ניט פאַרלירט קיין ברעקל צײַט

און אַ וואָלקן פאָלגט אים מיט
 און אַ שטראַל, וואָס ווערט ניט מיד

הינטער זיי – דער טײַך אין טאָל
 איבער זיי – דער הימל קלאָר

און אַ גליק אַן אומדערוואַרטס
 שטיל פאַרכאַפּט דעם פויגלס האַרץ...

וואָלקן פרעגט: ביז ווען ז'דער שיעור
 איך זאָל מיטפליען מיט דיר?

און עס כמורעט זיך דער שטראַל:
 נאָך אַ ביסל און איך פאַל!

ס'גייט דער טאָג אַוועק, אַוועק
 נאָר דאָס פויגל אָן אַן עק

אין דער פינצטער פליט און פליט,
 אויס – דער שטראַל, דער וואָלקן – מיד

פליט דער פויגל שוין אַליין
 אין דעם לאַנד פון מלא־חן

אין דעם לאַנד פון גליק און פרייד
 דאָרט אַ פאַל טאָן טויטערהייט







Saturday, March 11, 2017

די יאָרן פון אַמאָל





גאַנצפרי אין דוש הײַנט זיך אַליין פאַרוואונדערט:
מיט ריינעם שטראָם פון זיך אַראָפּגעשווענקט
די יאָרן פון אַ האַלבן שוין יאָרהונדערט,
ניט ביטער און ניט יאָמערלעך פאַרבענקט.

אײַ סאַראַ פרייד אויפסנײַ צו זײַן דאָס יינגל  –
שוין גאָרניט קליין, הגם נאָך כלל ניט גרויס!
ווער ווייסט צי ער וועט נאָך, אַמאָל אַ זינג טאָן,
ווער קאָן דאָס אַלץ דען וויסן פון פאָרויס?

דערווײַל זשע שפּרינגט ער, לויפט ער, און עס קלינגען
קול־בענדלעך וועלכע בײַטן באַלד זײַן קול,
קאָן זײַן אַז ער ׳עט טאַקע נאָך אויסזינגען
ווי מ׳שווענקט אַראָפּ די יאָרן פון אַמאָל.

דו ווייסט, מײַן האַרציקע...





...דו ווייסט, מײַן טרייסט, כ'געפין זיך ניט קיין רו
זײַ מוחל, טײַערע, וואָס כ'רעד צו דיר אויף דו

זײַ מוחל, האַרציקע, וואָס איך בין אַזוי ווײַט
צײַט מיט אומצײַטיקייט גייט באַלד אין שטרײַט –

איך אַ דערווײַטיקטער, פאַרליר אַזוי פיל ליכט
אָן דיר, מײַן צײַטיקע, אָן שײַן פון דײַן געזיכט

די ווערטער קײַקלען זיך – אַראָפּ, אַראָפּ, אַראָפּ
און איך פאַרפאַלן ווער – אָן קאָפּ, אָן קאָפּּ, אָן קאָפּ

זײַ מוחל, ליבינקע, וואָס כ'רעד צו דיר אויף דו
אָן דיר, מײַן צאַרטיקע, כ'געפין זיך ניט קיין רו








Wednesday, March 08, 2017

Lord of Song דער האַר פון ליד




ווערטער: באָריס קאַרלאָוו
מוזיק און געזאַנג: לאַריסאַ פּריוואַלסקי

דער האַר פון ליד

עס האָט געזאָגט דער האַר פון ליד
צום קעניג פון געזאַנג
"איך בין שוין אויסגעמאַטערט, מיד
און ס'לויפט אַוועק דער קלאַנג און פליט
"...אַוועק אין לאַנד פון באַנג

דער קעניג האָט געזשומעט שטיל
אָן ווערטער און אָן צוואַנג
אַ וואונק געטאָן צום האַר פון ליד
– גלײַך ער וואָלט זאָגן "דו – ביסט מיד
"?!צו פּראַווען ווערטער פאַנג

דער האַר דאַן זעצט זיך אויפן דיל
גלײַך ער וואָלט שטיין זיין קראַנק
,און זאָגט "עס האַלט שוין שמאָל די שפּיל
– נאָר לידלען וועל איך פאָרט, דער ציל
"...דערזינגען הויך מײַן דאַנק

,נישטאָ פאַרוואָס" דער קעניג זאָגט"
"...אַבי דו האָסט דעם דראַנג"
און ס'האָט דעם האַר פיל מי געקאָסט
דאָך האָט ער אות באות מיט מאָס
.פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג

פאַרוועבט אין עכטן קלאַנג.

Monday, February 27, 2017

אַ צווײַגל בעז




Vous créez un frisson nouveau.
Lettre à Charles Baudelaire de Victor Hugo, 1859.


זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן
האַלט בעסער אויס דעם פאַסאָן
דעם אַלטן
זאָל דער מוח אפילו זיך שפּאַלטן
זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן.

דו זע רק וואָס דו קאָנסט טאָן
מיט דעם גוטן סקאַרבאָווען טאָן.
דערהאַלט אים
אויף־צו־להכעיס דעם ווינטער דעם קאַלטן,
זע וואָס דערמיט דו קאָנסט טאָן.

קלײַב ניט קיין בלומען פון בייזס
מערניט אַ צווײַגעלע בעז
דעם ווײַסן
דו פאָרזיכטיק טו זיך אָפּרײַסן,
שטאָטס כאָווען בלומען פון בייזס.

און טאָמער שטעלט אָפּ זיך די צײַט,
פאַרנעפּלט ווערט אַלץ אין דער ווײַט,
פאַריתומט – 
טו באַגריסן דעם אורח וואָס קאָסיעט
ווען פּלוצים שטעלט אָפּ זיך די צײַט.

און באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג...
דאָס פויגל פאַרלאָזט באַלד די שטײַג
די ליבע
בעת דאָס צווײַגל בעז שעפּטשעט אַריבער:
דו באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג
Top of Form