Sunday, April 23, 2017

נחמה ליפֿשיץ 2017-1927




פֿרעגסט: וואָס וועט בלײַבן?
גאָרנישט מיט אַלץ:
צוקער – אַ זשמעניע
מיט אַ צענדליק פּוד זאַלץ.
אפֿשר די שטערן,
קאָן זײַן אויך דער בוים,
כּל־זמן ניט צעשטערט איז
דאָס האַרץ
פֿון דײַן טרוים.

און כ׳גלייב ס׳וועט אויך בלײַבן
דײַן לויטער געזאַנג
ס'פֿאַרוויגט און וועקט־אויף,
יאָמערט־אויס דער וועלטס דאַנק
פאַר אַלץ וואָס געווען איז,
פאַר אַלץ וואָס ט'געמעגט
זײַן גליקלעכער, שענער,
פֿאַרקנסט מיט אַ צוועק.

מ׳פֿרעגט: וואָס וועט בלײַבן?
אַוודאי דײַן קול –
דײַן ליכטיקער גאָב
און דײַן הייליקער עול.
און ס׳איז גאָרניט קיין גאָרנישט,
הגם נאָך ניט אַלץ...
– – – –
טרערן מיט צוקער,
געלעכטער מיט זאַלץ...




געצייכנט פון מולא בן־חיים

Sunday, March 26, 2017

איך האָב געזען דעם לעצטן יידישן פּאָעט

=


איך האָב געזען דעם לעצטן יידישן פּאָעט
און זי האָט מיר דערציילט
אַז זי איז נאָך דערווײַל אינגאַנצן ניט בנימצא.
אפילו אירע באָבע־זיידעס  –
נאָך אַלץ זיך ניט געיאַוועט אויף דער וועלט,
הגם מע טוט זי שוין באַוויינען און באַקלאָגן,
אַמאָל מיט שבח, אַמאָל לשימצה.

איך האָב געקוקט איר אין די אויגן
און זי האָט מיר געזאָגט:
ס'וועט קומען נאָך אַמאָל די צײַט,
איך ווייס עס,
ווייל ווי משיחס אייזל –
אויך מײַן אָנקומען צו אײַך
איז שוין פאַרגרייט מששת ימי בראשית.

זי האָט מיך וואַרעם צוגעדרוקט
צו איר נאָך ניט געבאָרן האַרץ,
געזעגנט מיך לשלום,
און איך האָב גלײַך פאַרשטאַנען אַלץ,
ס'איז ווײַט נאָך ניט די צײַט

צו מאַכן אויף אונדז אַלעמען אַ מלא.

Friday, March 24, 2017

אֵיךְ נָשִׁיר אֶת שִׁיר ה' עַל אַדְמַת נֵכָר

-


 .
ווי זאָל מען זינגען גאָטס געזאַנג
אין דער ביטערער פרעמד?
אויך אין דער זיסער טוט עס באַנג
צו זינגען אומפאַרשעמט.

נאָר גאָטס ליד גילט אומעטום
וואו מ'טוט זיך נאָר אַ קער.
ווער קאָן אין גלות בלײַבן שטום
אויב מ'איז ניט אַבי ווער?

אַ מינדסט גרעזל זינגט דעם שבח,
פון טראָפּן טוי ביז טרער.
די שטערן שײַנען אויפן דאַך
און לידלען אָן שום שטער.

טאָ ווער וועט מיטזינגען מיט זיי
אין דער ווײַטער ווײַט,
איידער דו קערסט זיך אום אַהיים
מיט גאָטס הילף צו דער צײַט?




-


אָט איז אַ קלאַנג, אָט איז אַן אות, אַ סימן
ער טוט דעם נידעריקסטן גאַנג
מיט העכסטן טאָן געפלי באַרימען
און אויסזינגען
דעם גרינגסטן איבערגאַנג
פון בראָך צו ברכה
און ביז צו לאַנג
געדויערט זיין געזאַנג
אויך נאָך אים

אַ שאָד


-




אַ שאָד, האָסט ניט דערוואַרט זיך אויף דעם קלונג
און כ׳ווייס: וועסט זיך ניט אָפּבײַסן די צונג,
מערניט די אויערן ווי אויך דאָס האַרץ פאַרשטאָפּן,
אפילו ווען דו ווייסט: דאָס האַרץ פון יענער זייט,
צעבראָכן אויף פּיץ־פּיצלעך, דאָך פאַרבלײַבט
אפילו ווען עס איז צעטראָטן – אָפן.