Wednesday, June 14, 2017

אדם

.


געזען דעם סאַמע ערשטן מענטש
געהייסן האָט ער: אדם
נאָך איידער מ'האָט באַטיטלט אים: הראשון
האָט ער געטיילט מיט מיר זײַן אָטעם
דעם סאַמע, סאַמע פרישן
דערנאָך געמאַכט זיך גלײַך ווי כלא ידע
גלײַך ווי ניט מיך האָט ער געגריסט, געבענטשט
דער ערשטער מענטש
וואָס גאַנצע וועלט טיף אין זײַן פּנים טוט זיך מישן
נאָך איידער מ'האָט גענומען רופן אים: הראשון
.
2016 / 2013

איבער פלאכן לאנד פון פּוילן



* **
.
ווידער הערסט דעם קלאַנג דעם הוילן
פון פאַריאָמערטן עשירות
ניט פון גבירשאַפט, ניט פון האַנדלען
נאָר פון לעבן אויסגעקוילעט
פון זײַן קאָכעדיקן וואַנדל
איבער וואָגל, וועגן, וויגן
אויסגעליידיקט אַלץ, אַנטשוויגן
איבער פלאַכן לאַנד פון פּוילן.
.
***
ס׳טוט אַ לעבעדיקן כאָרכל
און עס ריזלט אַן אַ סוף
מיט אַ שאַרפן, פרישן שאָרכל
רײַך און מונטער – זין און שטאָף,
קיינער גראָבט זי ניט אַרונטער,
קיינער שטערט איר גאָרנישט ניט
פײַער־פלאַם פון הייסן צונטער
רייד, גערייד, געשריי און ליד.
און איר שכנה, וויי און ווינד איר,
ניט זי זשיפּעט, ניט זי גרינט,
טויט איר היים, פאַרטויבט די קינדער –
ווי פּאָלאָווע אויפן ווינט.
פּויליש, פּויליש, ס׳פרייט דײַן ניגון,
דײַנע זאַפטיק וואָרע רייד,
נאָר דײַן שכנה – טויט אַנטשוויגן,
אומגעקומען יונגערהייט.
אומגעקומען? ניין דערמאָרדעט,
גלײַך ז׳איז גאָר דאָ ניט געווען,
אסור דאַרן ס׳זאָל דײַן גומען
וואָס איר קול קאָנסט ניט דערזען...
.
***
אַ הויכער לאַמטערן שטייט און לובלין
גלײַך ווי אַ גרויסינקער קוימען
עס שפּרייט זיך אַ לאָנקע אַ ברייטע נאָך אים
די גראָזן מיט בלי אײַך דערשטוינען
דאָרט וואו זיי וואַקסן אַמאָל האָט געבליט
דאָס יידישע לעבן לובלינער
אַצינד נאָר די גראָזן זיך האָבן פאַרהיט
און די לאָנקע זיך גרינט אָן שום קינה
געשטעלט האָבן מענטשן לובלינער דעם סלופּ,
דעם הויכן און גרויסן לאַמטערן
ער זאָל כאָטש דערמאָנען דעם יידישן דוך
וואָס פלעג טיף אַהער טאָן געהערן
טאָג אײַן ווי טאָג אויס, מעת־לעת נאָך מעת־לעת
ער ברענט דער לאַמטערן בן־עמוד,
דאָס פײַערל פליקערט: פאַרגעס־ניט־פאַרגעס,
נאָך די יידן אַ שטיקל נר־תּמיד

הויכער יידיש




דעם הויכן יידיש אויף דער ערד
גאַנץ זעלטן ווער עס הײַנט דערהערט
זײַן קלאָרן אָטעמדיקן קלאַנג
שוין ווייניק ווער צו אים דערלאַנגט... –
נאָר אין די הייכן ס׳לעבט און ס׳פליט,
ניט זעלטן ס׳קערט זיך אום צוריק
צום העכסטן אויסגעבענקטן ראַנג –
אַ זאָג, אַ זאָרג, אַ ליד, אַ דראַנג...

וואָס דיר דאגות, ווען דיר דאגות


וואָס דיר דאגות, ווען דיר דאגות? –
בעסער זינג מיט מיר צוזאַמען,
זינג דעם לעבעדיקן נײַגער
וואָס פון אים מיר ביידע שטאַמען.
וואָס דיר עצבות, ווען דיר עצבות? –
בעסער טאַנץ מיט מיר אינאיינעם,
בינד צונויף מיט טויזנט דראַטוועס
אונדז די בענקענישן ריינע.
לאָז דער אוראַלט־יונגער ניגון
שענקען דיר סײַ קראַפט סײַ לאַסקע,
יונגע לידער, נײַע פליגל,
דיר, מײַן לעבעדיקע בת־קול.

Sunday, May 21, 2017




*




מײַן ליבע, ס'איז די נאַכט נאָך יונג
און ביז איך טו צו דיר אַ קלונג
די צײַט זיך ציט, און ציט, און ציט,
הגם מיט דיר צוזאַם – זי פליט. 

נאָר שרײַען כ'וועל אין טאָג אַרײַן –
מיט דיר, מיט דיר, מיט דיר כ'וויל זײַן!