Tuesday, October 10, 2017

מורה נבוכים




ניט אַלץ. גלייבסטו, איז קלאָר,
ניט אַלץ האָט קלאָרן זינען –
זע, אויך אַליין די וואָר
פאַרפּלאָנטערט זיך דערינען
...
און ווייניק ווער פאַרשטייט
וואו אײַנעט און וואו אויסעט
אום פּסח – המנטאַשן,
אום חנוכה – חרוסת...

אַ לאַכעדיק געוויין,
אַ חשק אומגעוואַשן,
אויף שבועות – לעפל כריין,
יום־כיפּור גייט מען נאַשן –

אַ שטיקעלע כל־נדרי,
אינדערוואָכן – ווייניק פעט
פון שלאָגן ווידער, ווידער,
פון שלאָגן זיך על־חטא.

און דאָך, אויף על־פּי־כן,
מיט חן פון ווילדן לאַכן
צעשטשירעט מען ד ציין,
די וועלט זאָל נאָר ניט קראַכן, –

סײַ גר און סײַ מאַראַן,
און סײַ תּינוק־שנשבע
דערמאָנען זיך: עד כּאן,
ס׳אי צײַט צו ליינען קריאת־שמע.

וואו ביסטו, שטאָלצער מאַן,
מיר וואַרטן, וואו זשע ביסטו?
דאָס וואַרטעניש געשפּאַנט –
אין נעשה און אין נשמע.

ביז פּלוצים ווערט אַלץ קלאָר,
מיט ליכט פון טויזנט זונען
צעשפּילט זיך דער קאַיאָר,
דער ספק ווערט אַנטרונען

דער ניגון איבערבלײַבט
ווען לײַבן ווערן שוואכער
און אין זיכרון וואַכט
דער סודותפולער אחור

און אייביק נחת קלײַבט
דער אויפגעריכטער רצון
נשמהדיקע לײַב
איז גובר אַלע טראָצן

ניט אַלץ איז וויי־און־ווינד,
געווינענדיק דעם זינען,
אַ זקן ווערט אַ קינד
מיט לויב, ניט מיט קיין קינה.

.


פון כּיפּורים ביז פּורים




פון כּיפּורים ביז פּורים
איז דער וועג ניט צו לאַנג
צו כיפּורים נאָך פּורים
איז נאָך פאָלג מיך אַ גאַנג

...
פון ווידער דערווערט
ביז איבערגעקערט
און צוריק צו דעם ווערט
ציט זיך ס׳געזאַנג


און אפילו אויך דער
וואָס איז ווייט פון דעם קלער
דערשפּירט דעם געזאַנג
מיט חוש, מיט געהער


אַבי נאָר דער גאַנג
זאָל ניט ווערן אים באַנג
אבי נאָר זײַן קער
זאָל ניט זײַן קיין צעשטער


פון זײַן און פון ווערן,
פון קאָסמיש געהער,
פון הימליש געזאַנג
פון פּלאַנעטן־פאַרקער



 ערב יום־כּיפּור


ווען ניט דער זילבער קלאַנג פון דיין געלעכטער




ווען ניט דער זילבער קלאַנג פון דיין געלעכטער,
צי וואָלט מיין אייגן טאָן געוואָרן עכטער?
ווען ניט דער הויכער פלי פון דיין ישרנות,
צי וואָלט מיין ליד געקוועלט דען מיט עקשנות –

צו דיר, צו דיינע ליבע, רונדע אָרעמס,
צו דיינע צפונס פון דער ווייט פון מיינע דרומס?
צו אַלץ וואָס מעג באַגליקן יעדן מענטשן
צי ער איז ווערט, צי ניט די וועלט צו בענטשן?

ווען ניט דיין קלוגער אויסגעבענקטער שמייכל,
צי וואָלט איך גאָר צו זיך אַליין דערגרייכן?
באַשיינט פון ליכט פון דיינע מילדע ווערטער,
צי וואָלט איך אויך אָן זיי געווען דערהערטער?

ווען ניט? ווען ניט? איך פרעג ניט נאָר רעטאָריש,
ווייל ליבע קאָן ניט בלייבן אַמאַטאָריש.

קוואַזי סאָנעט





געגאַנגען אַמאָל מיט זיך אין געוועט,
געוואָלט זיך פאַרמעסטן מיט גרויסע,
גענומען צו מײַסטרעווען זיך אַ סאָנעט
מיט היימישע יידישע אותיות.

"דווקא סאָנעט?" – טוט דער טאַטע אַ זאָג,
"דיין וועלט איז דען קאַרג דו זאָלסט וועגן
איר פרייד, איר געזאַנג, איר וויי און איר קלאָג
אײַנטאָן אין סאָנעטישן בעטל!?"

געווען דאַן נאָך יונג, אומגעשליפן און רוי,
געמיינט אַז דער טאַטע זיך חכמהט,
ווײַטער געשפּונען פון וואַסער און שטרוי
דעם צווייטן סאָנעטל און נאָך מער...

איצט ערשט פאַרשטאַנען, דער טאַטע האָט רעכט –
צו ענג ז'פאַר געזאַנג דער סאָנעטן געפלעכט.




Tuesday, October 03, 2017

שטערן... הארץ

.



די שטערן אָטעמען –
אָט האָפערדיק, אָט צאַרט –
אינצווישן שפע־רב
און צימצום.

עס קוקט אויף זיי און קוקט,
געשפּאָלטן האַרץ,
דערוועגט זיך ניט
צו גרילצן.

און בלויז צום טאַקט
פון טיפער שפּעטער צייט
עס טיאָכקעט אַלץ
און טיאָכקעט.

די שטערן  –
וועלן נעלם ווערן באַלד
די בענקשאַפט –
נאָך ניט