Wednesday, January 10, 2018

דו זאָגסט, די צײַט איז קורץ


דו זאָגסט, די צײַט איז קורץ כל זמן ס'איז גרויס די ווײַט,
נאָר טאָמער, זאָגסטו, קומסט, וועט סטײַען אונדז די צײַט.
איר פלינקייט ז'ניט קיין שטער ווי נאָר מיר זאַלבעצווייט
גרייט זענען שטעג־און־וועג פאַרוואַנדלען אין אַ בייט –
אויף איר אויסוואַקסן זאָל די שענסטע קווייט – די פרייד
צו זיין אינאיינעם גאָר, כסדר – רינג אין קייט,
בעת ליבע גלײַך אָן סוף די פליגל אירע שפּרייט...
דו רעדסט... פון דײַנע רייד פאַרשיכורט און צערדרייט,
דאָרט העט־העט אין דער ווייט פאַרבלייב איך ווי אין שטײַג,
שלינג האַסטיק אײַן דײַן קול און שווײַג, און שווײַג, און שווײַג


רויז און שטיין


און סיי דער שטיין
זיך שאָקלען מלא־חן
פאַרזיווגן געלכעטער
מיט געוויין
די צאַרטע, צונטער רויטע רויז
דער גרויער זאַט־מיט־יאָרן שטיין
געלעכטער
מיט געוויין

נשמה מיינע


פאַרקערפּערסט
אַלע קנייטשן פון נשמה
אין צערטלעכקייט וואָס בריט
נאָר ניט פאַרשרפהט --
אַ גלי פון ליד
פון שלמהס מעטראָנאָמען
און פון זיין טאַטנס
זינגעוודיקער האַרפע
שטאַרקער פון אומזײַן
ביסטו גראָד, מיין ליבע!
און ממרחקים
כ'טו צו דיר אריבער --
שיקן מיין רוף
מיין רוף
ממעמקים

אין סאַמע ברען פון טאָג



און יונג איז נאָך די ערד
די זון וועט נאָך און נאָך
אַלץ שיינען אָן שום שטער
אין סאַמע ברען פון ליכט
פון לויפן הין און הער
אין שווייס פון דיין געזיכט
דערקען, דערקען, דערקען
דעם גרויסן זכות וואָס דיר
און אַנדערע באַשערט
זיך יאָגן אָן אַ שיעור
נאָך יענעם וואונדער וועג
וואָס לעכצט נאָך דיינע טריט
אין סאַמע ברען פון גאַנג
פאַרליר ניט גלייכגעוויכט
אין ברי פון דעם פאַרלאַנג
דערהער אָן ברעקל באַנג
דעם הייליקן געזאַנג
אין סאַמע ברען פון שפּאַן
וואָס מונטערט אַלץ און וועקט
דערמאָן זיך און דערשמעק
דעם ריינעם פייער־פלאַם
וואָס הייס און דאָרשטיק רעגט
דעם אָנהייב אָן אַן עק
אין סאַמע ברי פון שוואונג
זײַ גרייט און טו אַ שפּרונג
כל־זמן ס'איז דאָ נאָך צייט
צאָל אויס דעם אַדערויף
אין סאַמע ברען פון היינט
צום בראשית אָן שום סוף
Comments
Velvl Chernin
שטייף-מונטער. מיר איז זייער געפעלן.
Manage
Reply13w
Michael Singer
דאס איז צימליך ליטוואשער יידיש
Manage
Reply12w