Wednesday, January 10, 2018

צי קאָן דער שפע־רב


צי קאָן דער שפע־רב
גאָר זײַן צו־מאָל אַ קללה
צי קאָנען בערג די מעכטיקע
פאַרשרײַען טיפע טאָלן
צי קאָן געזאַנג פאַרמעקן
לעבעדיקן שווײַגן
מיר דאַכט אַז ניט
ווײַל הינטער זיי טוט שטײַגן
פּראָסט פעסט דער נײַגער
פון דעם כביכול
צו שטילקייט און צו ברכה
צו די קלאָרע נידער
אין וועלעכע זיך קאָכן
די עכטע זינגעוודיקע
לידער

דיין מוזיק מיט מיינע ווערטער


דיין מוזיק מיט מיינע ווערטער
וואָס קאָן זיין שוין אומדערהערטער
דיינס אַ ניגון, מיינס אַ וואָרט
זיך געפינען ניט קיין אָרט
דיין נגינה, מיין צונויפקלאַנג
אין דער בחינה פון אַן אויפגאַנג
צו די הייכן פון נשמה
צו דער קדושה וואָס איז טמא
און דער נאָכקלאַנג: ווערטער, ווערטער
און דער אויסווייל דער באַשערטער
ווען עס קומען זיך צונויפעט
וואָר מיט וואָרט און קול מיט מופת
ווען די אַלע זיבן זאַכן
פליען, קלעטערן און קראַכן
ווען מיין וואָר און דיין געזאַנג
ווערן איינס אויף לאַנגן לאַנג
און דער כלל דעם אויסנאַם מערט ער
דיין מוזיק מיט מיינע ווערטער

אלץ ווערט פאַרגעסן


אלץ ווערט פאַרגעסן,
אלץ אנטרינט אין ניוועץ
און ס׳ווערט דערעסן
אויך דער פרייער קיבעץ
מערניט אויב קאָנסט נאָך
מיט אַ שמייכל בענקען
מעגסט אויך דעם קאָך
דעם טעגלעכן געדענקען
Comments
Velvl Chernin
א. ברודערקע, איך ווייס איך, ווי קען מען אנרופן דעם פייסבוק אויף ריין יידיש: קיבעץ. אזא פילדייטיק ווארט!
Manage
Reply10w

נאַכט־געזאַנג



מאַך צו די אויגן,
קעגן נאַכט
און עפן אויף די ראיה
מיט איר באַוואָפנט
און באַוואַכט
מחדש זײַ די בריאה
און טאָמער קומען
טויבן ניט
צוריק צו־פליען
בענטש זייער פרײַען
פלי־אַוועק
צו נאַשן פרעמדע זריעה
און טו דערזען
די גאַנצע וועלט
דורך צוגעמאַכטע וויעס
דעם וועג וואָס העלט
דעם טײַך וואָס קוועלט –
דערזע דעם גאָרן חיות
און בענטש דעם חידוש
און די פּראַכט
דעם עקבערדיקן גלויבן
מאַך אויף די אויגן
קעגן נאַכט
די ראיה וועט שוין טויגן

סוצקעווער



ס'האָבן ווערטער דיך פאַרלאָקט
און דיין גאַנג געטשאַטעוועט
און די פּיין פון דיר פאַריאָגט
דיך פון גרויל געראַטעוועט
נאָר פאַרבליבן איז דער וויי
וואָס ביז לעצט דיך קאַטעוועט
הייסע טריט אויף קאַלטן שניי
טוען באָרוכאַטעווען
ס'איז אַ נס? אַ וואונדערפאַל?
אַ גורל זאַך? אַ נעַרישקייט?
אָקסן אין אַ הינערשטאַל
באַהאַלטן זיך פון אַרישקייט
ס'האָבן ווערטער דיך געלאָקט
אַלץ צעלייגט אויף טעלערלעך
סיי די לויב און סיי די קלאָג
סיי גיך, סיי פּאַמעלעכלעך
און דו ביסט, דו ביסט אַרויס
פון סאַמע וויסטע פייערן
אַלע וויטאָגן מיט שטויס
אויף פרייד אין זיך – מגיירן