Wednesday, January 10, 2018

תחיית־השמייכל


.
עפּעס דער שמייכל איז הײַנט ניט מיט אַלעמען,
זעלטן ווער טוט אים הײַנט ברייטהאַרציק זשאַלעווען,
בלויז וואו ניט וואו זיך דערהערט אַ כיכיקעניש –
כיטרעטשקע גענג זיך אַליין אויף צעפּיקעניש.
פּנימער כמורנע מיט זויערע תנועלעך,
פּריקרע הוויות פון גראָבינקע צנועלעך;
מערניט שיריים פון נעכטיקע שמייכעלעך –
עפּעס דער עסק איז היינט בלאַס און ווייטיקלעך...
פּלוצים די זון קוקט אַרויס פון די כמאַרעלעך,
טוט דיך אַ פרעג: וואָס זשמורעסט זיך, נאַרעלע?
ווערסט אויפגעריכט, שוין מער ניט קיין פאַרפאַלענער,
דער שמייכל ז׳צוריק מיט דיר ווי מיט אַלעמען
.
Comments
Esti Szpitalnik
זייער שיין!
Manage
Reply9w
Беккер Дмитрий
גיט א שמייכל!
Manage
Reply9w
מאַרטין מילער
ס'קען נישט געמאָלט זײַן אַז אין דער ערשטער שטראָפּע רעדסטו פֿון הײַנטיקן טאָג - האַב איך מײַן חלק שמײכל שױן געקראָגן😃
Manage
Reply9w
באריס קארלאוו
מע זעט די וועלט 
נאר ניט די וועלטעלעך
זיי שפילן זיך מיט אונדז 
אפנים אין באהעלטעלעך
Comments
Moysha (Moisei) Lemster
די וועלטעלעך באהאלטן זיך מע זאל ניט זען, אז זיי זענען - וועלטעלעך. און די "וועלט"! האט זיך ניט וואס צו באהאלטן!
Manage
Reply9w

אַ נאַכט ניט געשלאָפן


אַ נאַכט ניט געשלאָפן
אַלץ געוואַרט אויף דיין קול
ביז ער איז געקומען
צו מיר מיטאַמאָל
.
אַ לײַבלעכע שטימע
וואָס טרעפט
גלײַך אין האַרץ
אַ וואונדער נגינה
אין קאָפּ און אין אַלץ
.
אין אַלץ וואָס נאָך אָטעמט
נאָך אַ שלאָפלאָזער נאַכט
איידער גאַנצפרי
ווערסט
אַנטשלאָפן
פאַרשמאַכט

.

* * *


און אפשר איז גערעכט דער מעכטיקער פּאָעט:
דער עכטיקער איז ער, די איבעריקע זאַנען
אַן ערב־רב פון שטיקלעך גראַפאָמאַנען
בעת ער באַשאַפט פון טאָיו־וואָיו אַ סאָנעט?
און אפשר האָט ער רעכט, דער מײַסטער פון קופּלעט,
וואָס דויערט, ברויזט און קלינגט איבער טויזנט ימען,
בלויז ער, רק ער אַליין לסוף געווינען וועט
די קרוין די איינציקע פון ליד דעם סאַמע־סאַמע?
נו יאָ, ווער ווייסט, ווער קאָן דאָס משפּטן אַצינד,
צווישן אַפּנים, מעגלעך, אפשר און מסתמא,
צי וועט דען איבערבלײַבן מיט דעם גײַסט פון ווינט
דער וועלטבאַשאַף פון ניסימדיקע גראַמען?
טאָ וואָס זשע דען? – מערניט, אַ שטילער עפּיטאַף:
אויך אין זײַן גרויסן ליד זיך חנדלט ערב־רב
.

* * *


עס קומט צו־מאָל אויך אָן די צייט
פאַר דעם, וואָס האָט זיך אין זיין גאַנג
פאַרהײַעט,
ווען ס׳העלפט קיין שורה פון געזאַנג
צו מאַכן נעענטער די ווייט,
קיין גראַם ניט סטײַעט.
צי זאָל מען אײַנגיין אויף דעם כלל
אז נאַריש איז אין אַזאַ פאַל
דעם גראַמערס פּאָזע,
אַז בעסער איז – אַרויס פון שטײַג
אין ברייטן דרויסן טאָן אַ שטײַג
מיט הוילער פּראָזע?
מסתמא יאָ... און דאָך ס׳איז קלאָר:
די ווײַט בלײַבט ווײַט, קורץ – דער קאַיאָר
און אויך די דאָזע
פון בין־השמשות צווישנבײַט
ווען שרעקלעך אומבאַהאָלפן בלײַבט
די רײַפסטע פּראָזע
Comments
Erez Lévy
איך האב אזא סך שטארק-באדייטנדיקע גראמען מיט התפעלות געזען, מיט זיי אזא סך טיפע געפילע פאמעלעך אדער מיטאמאל אנטהילט, אנטפלעקט, אז איך האלט פארן גראם, ער קריגט מיין טיפסטע אכאטע. הגם עס זיינען אויכעט פאראנען פיינע, שארפע פראזע שירים
Manage
Reply9w