Wednesday, January 10, 2018

מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע


מע זאָגט דאָס ליד איז אַ מאַטעריע
אַן איידעלע
נאָר וועדליק דיר איז עס ווי דאָס געזאַנג
פון פייגעלע
אַ פּשוטע, געוויינטלעכע מיסטעריע
אויף ניסים האַלט זיך אַלץ
סיי תוך, סיי פּעריפעריע
און יעדן קלאַפּ פון האַרץ
דעם לעבנס אַרטילעריע
איז פּשוט צו באַנעמען
און באַוואונדערן
בעת שטילן אונטערגאַנג
בעת אויפגאַנג מונטערן
דאָס ליד איז אפשר טאַקע אַ מאַטעריע
כל־זמן זײַן קלאָרן גײַסט
אויפנעמען
ביסט אַ בריה

מע דערקענט קוים פון דער ווייטנס


מע דערזעט קוים פון דער ווייטנס:
ס'איז אַ שמייכל, אַ געוויין?
צי דער שמייכל טוט פאַרבייטן
ווייטאָגן טיף ביז צום ביין?
נאָר פונדעסטוועגן פארשטייט מען,
ס'איז דער סאַמע טעם און זין,
פון די יאָרן ניט פאַרוועלקטע,
פון די יאָכן וואָס דערין
גייט פאַרביי סיי ליד, סיי לעבן,
נאָָר עס טאָר גאָרניט פאַרביי
נאָכן סוף פון אַלע וועגן
הייבט זיך אָן דער גאַנג אויפסניי.
און דערנאָך, נאָך יאָרן פילע,
מוזן וועט די וועלט דערזען,
ס'אַ געזאַנג פון לויטער תפילה,
ס'איז אַ גרוס וואָס ווען־ניט־ווען
וועט צו אַלעמען דערגרייכן,
מלא פּיין און מלא חן --
אי געוויין, אי קלאָרער שמייכל,
אויסגעלייטערט שטיין־און־ביין.

וועלוולען מיט ליבשאפט


.
ווען אַלע ווערטער ווערן מיד
און ס׳דאַכט זיך –
אָט באַלד דער וועלטישער יריד
פאַרמאַכט זיך, –
ניט צוים דעם אומרו פון דיין ליד
און האַלט זיך,
באַנײַ כקדם יעדן צווײַג,
וואָס שפּאַלט זיך.
ווײַל אויך די שפּאַלטונג און דער בראָך
פאַרגייען;
און נייע ברכה קומט אָן דאָך
מיט ווייען.
מחדש זײַ דײַן ליד אויפסנײַ
ווײַל נאָכן
גרעסטן ספק ווערט באַנײַט
בטחון!
Comments
Velvl Chernin
טייערער באריס, א הארציקן ישר-כוח דיר פאר דיין גוטמוטיק פאעטיש טרייסטלען. דו קענסט מיך דאך. איך בין פול מיט בטחון. אויף העברעיש איז דאס אזוי אומעגלעך זאגן. נאך א מאל א ישר-כוח און א גוטן ראש חודש דיר.
Manage
Reply7w

דער יידישער קאָזמאַ פּרוטקאָוו:


.
די וועלט איז פול מיט וואונדער:
אַיעטווידער – באַזונדער,
און אויך צו־מאָל – צוזאַמען
מיט מער ווי טויזנט טעמ׳ען.
און ווער דאָס ניט באַוואונדערט
פון ניסים זיך פאַרשטעלט,
איז גאָר אַ גרויסער וואונדער
ווי ס׳האַלט אים אויס די וועלט.

תחיית־השמייכל