Tuesday, September 08, 2020

אַ פּראַכאָדנאָי סטישאָק

 

טוסט אָנשרײַבן אַ "פּראַכאָדנאָי סטישאָק"
אַזאַ מין לידל וואָס גייט דורך זיך גרינג
דער לייענער זאָל זאָגן "סאַראַ שמאָק
האָט אָנגעפּאַטשקעט דאָס פון אַרבל פלינק?"

און טאָמער איז קיין לייענער ניטאָ,
קיין דאגה ניט, אַבי דאָס לידל קלינגט
מיט זון, מיט נאַכט, מיט אַלץ וואָס אונדז דערמאָנט:
צו זינגען אויף דער פרײַ – אַ גרויסער גליק.

זאָל לעבן אויך דער "פּראַכאָדנאָי סטישאָק"
וואָס גייט אַדורך זיך ווי אַ גיכער ווינט
פון סאַמע האַרץ אין וועלט אַרײַן אַצינד
און פליט אַוועק אין ניוועץ פון פאַרטאָג.

און אַלץ וואָס אַזאַ לידעלע פאַרמאָגט
סײַ זיך, סײַ דיר ברייטהאַרציק עס פאַרגינט

בין־ערבים טבילה



.


.

צוויי, דרײַ, פיר מאָל און אפשר פינף
אַרײַן אין זעלבן טײַך אַרײַן
ניט זוכנדיק קיין רו, קיין הילף
אין וואַסערדיקן אָוונט־שײַן

אַרײַן צו בענטשן ריינקײט וואָס
סײַ רינט, סײַ בלײַבט אין יענעם טײַך
אַיעטוויד גלעט פון וואַסער גלײַך
דערקענט מיך אין דער פולער מאָס

און שטילער אומרו פון דעם פלוס
פון אייביקייט ברענגט אויס דעם גרוס
און צוציק־קליין פאַרשטאַנען גלײַך
עס נעמט מיך אויף דער וואַסער טײַך

מיט שמייכל שטראָם וואָס זאַלבט מיך שטיל – 
אַ שפּיגל פאַר דעם שטערן שפּיל

Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 13 others 

Sept 5, 2020

 

איך גיי אַרויס פון דער הנחה
אַז ווייניק איז ניט פיל,
נאָר אויך דאָס ביסל וואָס ס'טוט קאָכן,
דערגרייכן וועט דעם ציל.

אפילו אויב גאָר אָן השגחה,
נאָך שטילער פון דער שטיל,
איז פאָרט כַדאַי. די מערכה
באַקרוינען וועט די שפּיל.

און טאָמער ניט, ז'אויך ניט געפערלעך – 
פון אלף ביז צום תוו – 
אַבי געשפּילט געטרײַ און ערלעך
פון אָנהייב ביזן סוף
.

ניט פארגעסן...

 


.

באריס קארלאוו
21h


ניט פאַרגעסן ווי עס הייסן אַלע דײַנע גלידער
כ'רוף אַיעטווידן בײַם נאָמען און איך חזר איבער
דיר אַ קוש און דיר אַ גלעט און דיר אַ גרוס אַ הייסן
קעגן שאַרפסטע פרעסט פון ווינטער – היציק העלע שווייסן

און אפילו ווען עס דאַכט דיר: כּוחות מער ניט סטײַען
זאָלסט דערמאָנען זיך, מײַן ליבע, ווי עס בריט דאָס פײַער
יעטוויד גליד און יעטוויד אָדער בײַ דײַן אַלטן חבר
ס'איז די וואָרע וואָר, מײן ליבע, כּלל ניט קיין מעטאַפאָר

מירן, גלייב איך, איבערקומען פּײַן פון אַלע זײַטן
און דײַן גליק מיט טויזנט זונען ט'זיך צום גוטן בײַטן
און דער יום־טוב אין דער וואָכן וועט נאָך טאָן אַ הוליע
ווען צעשמייכלט וועט דײַן חבר זיך צו דיר צוטוליען

ניט פאַרגעסן אויף קיין רגע דײָנס אַיעטוויד תּנועה
יעטוויד קנייטש, זײַן קול און קלאַנג, דײַן טאָל און דײַן שיפּוע

Thursday, August 27, 2020

ניטע

 



כ'האָב דיר געשריבן ניט איין, ניט צוויי ניט דרײַ

אַ פולע לידער האָב איך דיר געשריבן

דאָס שרײַבן דיר איז מיר געווען כּדאי

נאָר דיר, זעט אויס, איז דאָס געווען דערווידער

 

ווײַל לידער קאָן מען דאָך ניט אָנקאָרמען מיט זופּ

און מ'קאָן מיט זיי אויך כּלל ניט איבערשלאָפן

צי קען מען דען מיט גראַמען אָנפילן די שטוב

צי קען מען גליקלעך זײַן מיט אייטל סטראָפן

 

דו בלײַבסט נאָך אַלץ אי שיין, אי ריין, אי יונג

די יאָרן האָבן איבער דיר קיין שליטה

נאָר אַלץ וואָס קומט מיר מיטן האַרצבראָך אויף דער צונג

איז בלויז דער טעמפּער פּזמון – ניטע, ניטע, ניטע



Lonely Heart Photography by Johan Swanepoel | Saatchi Art