Tuesday, September 08, 2020

דאַכט זיך וואָס

.

דאַכט זיך וואָס, עס ווערט אַ ליד געבאָרן
שיילט זיך אויסעט ווי פון זיך אַליין
קלאַנגען, אותיות ציען ניגון קלאָרן
שמייכל וואָס צעציט זיך ביז געוויין

דאַכט זיך וואָס, די גראַמען זיך צעפלעכטן
שיער ניט סתּם אַזוי אינמיטן גאַנג
ערגעצוואו פאַרנעפּלט צאַרטקייט עכטע
צווישן שטאַמלענישן און געזאַנג

קומט צום שפּעטן אויסגעבענקטן שכל:
ס׳איז מסתּם ניט אַלץ גלאַט אויסגעדאַכט
די לבנה, איר געטרײַע ווייכקייט 
שענקט איר בליק בײַם סאַמע ראַנד פון נאַכט

דאַכט זיך וואָס, אָט באַלד אַ נײַער שחרית
קומט פאַרזיווגן דעם סתּם מיט תכלית

Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 9 others 

.

דער נעכטיקער טאָג – אַ פּלאָג
דער הײַנטיקער טאָג – אַ קלאָג
בלײַבט הייסט עס זאָרגן
איבער דעם מאָרגן – 
צו אים דײַן נשמה דערטראָג

Privalskaya Larisa, Moysha (Moisei) Lemster and 16 others 

וועלוולען

ץ

איך גיי אויף אַ "קומזיץ" און ברענג מיט אַ ליד,
דער שײַטער צעבערנט זיך, די בולבעס – צעגליט,
די חברה – צעשפּרונגען, צעזונגען ביז גאָר – 
מײַן ליד זיך צעקלינגט מיט דעם היימישן כאָר.

מע רעדט און מע זינגט און מע טרינקט און מע קײַט,
די מיידלעך פאַרצונטערט, די יינגלעך פאַרשײַט,
די יידישע ווערטער פאַרניגונט מיט ברי
גליען ווי קויל איבער קעפּ, איבער קני.

און ס'קומען נאָך חברה אַ זינג טאָן מיט אונדז –
סײַ ענגער סײַ ברייטער דער קרײַז – סאַראַ קונץ!

אומצאָליקע זילבן פון מענטשלעך געזאַנג 
ווי שטערן אין הימל פון קאָסמישן דראַנג

אַלץ ווײַטער און ווײַטער פאַרשפּרייטן דעם אור
ביז קוילן מיט צונטער ס'דערגרייכט דער קאַיאָר.

.

אויף א קומזיץ

אַן עפּיגאָן

.

מיר איז גענוג אויסטויגן זיך צו זײַן אַן עפּיגאָן
אפילו אַז ס'זאָל קיינער־ניט ניט זאָגן: קוקט אים אָן
אפילו אַז די גרויסע ליכט שוין קיינער וויל ניט זען
כאָטשיק אין איינעם אָדער צוויי מ'דערמאָנט זיך ווען־ניט־ווען

און עפּיגאָניש וועט מײַן ליד זיך ראַנגלען מיט דער צײַט
און מײַן פאַרשפּילן איר וועט פאָרט אַ הילך טאָן אין דער ווײַט
דערגרייכן העט צו יענע ליכט וואָס פינקלען אין דער נאַכט
אַ שמץ נחת אויפגעריכט פאַר זייער שטומער פּראַכט

עס מאַכט ניט אויס, עס מאַכט ניט אויס, מיר גייט נאָר ממש אָן
זוכה צו זײַן קלאַנג־אײַן קלאַנג־אויס אויסמעסטן זייער טאָן
נאָכאָטעמען, נאָכאַטאָמען דעם נס פון זייער וואָרט
אין דעם געלאַף הײַנטצײַטיקן פון וואַנזיניקער וואָר

און טאָמער וועט פאָרט עמיצער אַ זאָג טאָן "קוק אים אָן"
איז מיר אַ גרויסער זכות צו זײַן אַ פּראָסטער עפּיגאָן

Moysha (Moisei) Lemster, Velvl Chernin and 6 others