טשאָרטקאָוו, יולי 2005, פאָטאָ: ה.-ד. קאַץ
*
ס'האָבן שוין די פיזיקער דערוויזן
אַז קיין צייט אויף אונדזער וועלט
איז גאָר ניטאָ!
וואָס זשע אָבער יאָ
פאַראַן?
אפשר בלויז אַ וויזע
צו יענער וועלט
וואָס לאָקערט
איבער
דער וועלט,
דאָ?..
*
דאָס איז אַ שטיקל פּרואוו אָנצוהאַלטן אַ מין לירישן, דהיינו פּאָעטישן בלאָג, וואו פון צייט צו צייט זאָלן באַווייזן זיך סיי נייע, סיי די שוין ניט אַזוינע נייע לידער און אפשר אויך דאָ און דאָרטן עטלעכע ווייניקער געראָטענע כמו־לידער. כל דחפין וכל דצריך... ווילט איר, גיט אַ קוק, ווילט איר – שענקט אַ בליק. ווילט איר ניט, אויך גוט; ס'איז ווירטועל מיין גליק
*
ס'האָבן שוין די פיזיקער דערוויזן
אַז קיין צייט אויף אונדזער וועלט
איז גאָר ניטאָ!
וואָס זשע אָבער יאָ
פאַראַן?
אפשר בלויז אַ וויזע
צו יענער וועלט
וואָס לאָקערט
איבער
דער וועלט,
דאָ?..
*
,איך קום פון גן־עדן
פון דאָרטן שטאַם איך,
פון דאָרטן שטאַמען
אויך טאַטע־מאַמע,
כאָטש ביידע געשמאַכט
סיי ביי זיך, סיי ביי יענעם
אין קלעם און אין שאַכטעס
פון דער וועלט'ס גיהנם
איך קום פון גן־עדן
נאָך וועלכן כ'טו בענקען,
געווען ז'דאָס נאָך בעסער
ווי מ'טוט עס געדענקען!
און כ'בין אויף נאמנות
אַ ברעקעלע עדות
פון דער ליכטיקער וואָר
וואָס איז וואָרער פון אמת.
איך קום פון גן־עדן,
כ'ברענג־מיט זיינע שטראַלן
פאַר קינד און פאַר קייט,
וואָס צעוואַקסן זיך אַלע
נאָך איידער זיי ווער
אַביסקאַלע גרעסער,
כ'צעשענק זיי מיט ליבשאַפט
די ליכט פון זיין חסד.
זי אָטעמט שטיל, איר ברוסט באַוועגט זיך ריטמיש.
ביים שטומען אימפּעטיקן שאָרך פון נאַכטישן געיעג
בלייבט אָטעם אירער טריי דעם גאַנג וואָס היט נישט
דעם דזשונגל'ס גזר אַבי פאַרלויפן עמיצן דעם וועג.
איר זאָרגעוודיקע רו איז פול מיט מיידלש אומרו
וואָס מאָנט און מאַניעט און וואָס לאָזט דיך ניט צורו,
איר ווייבערישע קראַפט דיין מענערישן קומער
אַ לינדערונג, אַ היילונג, אַ ברכה פון אַ פרו
וואָס אָט איז זי אַ טויב אַ מלכותדיקע, שטילע
און אָט איז זי אַ קוואַל וואָס טוט אַ ברויז גאָר ווילד.
איר העכסטער אויסרוף איז דיין טיפסטע תפילה
באַגלייך מיט צאַרטן אויסגעשריי: אָ ליבער, מיר פאַר דיר!..
דו נענסט צו איר און קושסט זי אין דער שטיל
צום טאַקט פון שפּעטן שוין נאָך־חצותישן באַריר.