Monday, December 05, 2005

YORCAYT

NER



יאָרצייט

כ'האָב געגעבן זיך אַ נדר
ניט דערמאָנען יענע קליידער

וואָס כ'האָב יענעם טאָג פאַרפּאַקט

און וועל זיי – ניט זען שוין קיינמאָל,

קיינמאָל, קיינמאָל

ס'האַק־און־פּאַק...

כ'האָב געגעבן זיך אַ נדר
און געבראָכן אים אַצינד

יענע קליידער – וויי־און־ווינד

האָבן נאָך פאַרהיט דעם אָטעם

קנייטש און שמייכל, העלן שאָטן

פון דעם טאַטנס הייסן שטייגער...

?וואָס זשע בלײבט אַצינד
דער זכר?

סאַראַ ביטער איכה־וואָרט!

נאָר מיט יעדן טאָג ווערט וואָרער
און ס'וועט ווערן נאָך, אַ סברה,

שאַרפער, שטאַרקער דורך די יאָרן

דײן געשטאַלט, דײן טראָט, דײן וואָרט!..

...כ'האָב געגעבן זיך אַ נדר

,– מאַלע וואָס? פאַרגעס די קליידער
ווײל אין יעטוויד שפּאַן כסדר

שפּירסט מיך לעבעדיקן פאָרט.


Thursday, December 01, 2005



Lvov 3

Lemberg 2004 PHOTO: Pawel Figurski




עס דלוביעט דיר אין קאָפּ
גלייך ווי מיט שאַרפע שנאָבלען
.פון בייזע שוואַרצע ראָבן
:עס פּיקט, און פּיקט, און פּיקט
,ווער דאַרף עס האָבן
,ווער דאַרף עס האָבן
– ווער דאַרף עס האָבן
?כלומרשט די מוזיק

נאָר דו, וואָס דו פאַרמאָגסט
פיל מער
,ווי האָסט אַמאָל געטרוימט צו האָבן
ביסט זיכער: ס'איז אַ קנאַפּער שטער
!דעם סאָלאָוויי די בייזע פּיקעניש פון ראָבן

און ווייסט אויף זיכער קליפּ און קלאָר
.ווער עס באַדאַרף דאָס האָבן

כל זמן די ספקות
,שקראָבען
,שקראָבען
– שקראָבען
.איז די מוזיק די ריינסטע וואָר

Monday, November 21, 2005

גייענדיק אַהיים דורכן וואַלד ערב אָוונט


DSC00252




די שיין
איז אויסגעמידט
און זעלטן מילד
איצט
ערב אָוונט
דער גרויסער וואַלד
צעהעלט
זיין שטילע מנחה
דאָוונט
דער שליאַך
עס דאַכט
ווערט ברייטער שוין
ווי לענגער
און ס'וועט איר טיפקייט
שוואַרצע נאַכט
דער וועלט
באַלד שענקען

די שיין
איז צערטלעך מילד
און לייבלעך נאָענט
צו אַלץ
וואָס שוועבט פאַרביי
אין אָפּגרונטן פון שעהען
צו אַלץ
וואָס אייביק בלייבט
אין שפּיץ
פון קערצסטער רגע
בעת ליכט
און בוים
און שליאַך
שוין גרייט
דעם ספק
איבערוועגן

די שיין איז מיד
שוין שרעקלעך מיד
געבענטשט
מיט מילדקייט רייפער
ווען ערב אָוונט
ווערט אַ ליד
וואָס לאָזט זיך
קוים באַגרייפן
ווען ערב אָוונט
ווערט אַ ליכט
פון גאָט אַליין
געכאָוועט
דער שליאַך
איז ברייט
דער וואַלד
איז שטיל
– די היים
שוין זייער נאָענט

Wednesday, November 16, 2005

ווידעראַמאָל "לאָמיר" י

<>

Chagall Coq et personage 35x26 1959



לאָמיר בעסער איינשטימען ניט צו זיין איינשטימיק
,(ניט צו זיין אַ כאָר (אפילו ניט קיין שטומער
לאָמיר בעסער יעדער איינער האָבן טיף אין זינען
.אַז דאָס וואָס לאָזט זיך אויסזינגען מוז ניט זיין אַנטרונען

לאָמיר זיך ניט לייגן צו פיל פייגעלעך אין בוזעם
,בעסער מעשה־פייגעלעך זיך פעדערן, באַזונדער
– יעדערער פאַר זיך און פאַר אַנדערע, אינאיינעם
.אויפנעמען דעם פרי־באַגין מיט געזאַנגען מוז מען

,לאָמיר ניט פאַרגעסן אַז איינזאַם קאָן זיין אייניק
אַז די גרויסע ליכט זיך קלאַמערט אינעווייניק
– .און זי וועט דערשטראַלן צו יענעמס האַרץ דורך וואונדער
.דאָס איז, מיינע ליבע פריינד, גאָרניט, גאָרניט ווייניק

לאָמיר בעסער איינשטימען ניט צו זיין איינשטימיק
.בעסער מונטער, אויפגעהייטערט צעקלינגען זיך פיל־מיניק

Saturday, November 12, 2005

יהי אור

<>

אור

ויהי אור


איך ווייס דיין קראַפט
,איז שטאַרקער, שטאַרקער
שטאַרקער
– “craft”פון מיין נעבעכדיקער י
נאָר אויב כ'דערוועג זיך
זיין אַ שטיקל מיידעם
אין דער וואָרט מלאכה
איז דאָס אַדאַנק
דער ברכה
,פון באַשאַף
,פון דיינס אַ ליכטיק וואָרט
מיין
.כביכול