Friday, May 02, 2008

Issachar Ber Ryback


כ'דאַרף דיך האׇבן זייער נייטיק לעבן זיך,
כאׇטש איך ווייס אַז לעבן מיר איז דיר ניט זיכער,
ווי ניט־זיכער איז דעם קלוגן אלף־בית
אויסצושטיין פאַרשטומטערהייט דעם בייזן וויכער.

כ'דאַרף כסדר נערן זיך פאַרגלייבט
אין דיין אייביק רייפן, אייביק פרישן אׇטעם,
נאׇר דאׇס ווערן דאׇ מיט מיר פאַרדרייט
קאׇן, חלילה, אויספאַלן אונדז ביידן באׇקאׇם.

ניין, ניט איך
און אויך ניט דו זענען צעדרייט,
נאׇר אוודאי ניט אין מיר
איז דיין באַשאַף געראׇטן...

טאׇ אפשר דווקא צוליב דעם
כ'בין גיריק, לאׇער, גרייט
שעפּן שפע ליכט
פון דיין פאַרשטומטן שאׇטן?..






Saturday, March 22, 2008

אין בויך פון בוים

---



וואׇס טוט זיך דאׇרט
?אין בויך פון בוים
,אַ סקרוך פון בוי
?פון ווידערבוי
אַ ברויז
?פון בוימלדיקע זאַפטן

,אין בויך פון בוים
?וואׇס קומט דאׇרט פאׇר
?אַ ברום פון בער
פון שור־הבר
,אַ שטילער טרוים
?וואׇס זאַפּט איין קראַפטן

אַ שאׇרך פון הויך
?פון אויסגעדאַכטן

,וואׇס טוט זיך דאׇרט
וואׇס קומט דאׇרט פאׇר
אין רוים פון בויך
,אין בויך פון בוים
וואׇס לאׇזט זיך
?..טאַפּן, גלעטן, אַכטן





Thursday, March 06, 2008

---


W.E. Hill, 1915







דעם פופציקסטן זעקסטן מערץ

דו פילסט שוין אין די ביינער
אַז יינגער וועסט ניט ווערן
מיט דיר צוזאַמען שטיינער
קייקלען זיך און יערן

און לייגן זיך אַנידער
צופוסנס ביימער שטאָלצע
נאָר דו נעמסט שפּאַנען ווידער
דאַנק־גאָט, ניט אויף קיין שטאָלצן

און אין די פּיאַטעס בריט דיך
אַ יונגער וואַנדער־פייער
באַרוישט פון רייפע לידער
אויף ברייטע שליאַכן פרייע

באַזוניקט און באַרעגנט
מיט מזל און מיט ברכה
דערפילסטו אין די ביינער
וועסט נאָך אַ וועלט פאַרקאָכן






Tuesday, February 12, 2008

האַרץ־ווייטאָג


-








ס'קלאַפּט דאָס האַרץ גלייך ווי ס'וואָלט זיך געריסן אין דרויסן
פון דער שמאָלינקער שטייג פון דיין קליינינקער וועלט
און דאָס האַסטיקע קלאַפּן, דיין אומרו דיין גרויסער
מאָנען און טאָרען: וואס פעלט דיר? וואָס פעלט?..

עס פאַרפעלט דיר שוין אָטעם, די שטערן – פאַרזשמורעט
קוקן־אָן קוים מיט ביטול ווי דו האָסט זיך פאַרפעלט,
ניט דערענדיקטע בלייבט אין די לונגען די שורה,
וואָס געזאָלט האָט צעפּויקן דיין ליבשאַפט צעקוועלט...









Sunday, January 20, 2008

ווינטערבליקן

דער געפערלעכער פראָסט
וואָס האָט בייזלעך פאַרקאָוועט די וועגן,
ווי־אַזוי זאָל מען אים
דאָ צעווייקן, צעשמייכלען,
צעשמעלצן,
אַז מיט טויבן פאַרדראָס
ווערן טייערע בליקן פון לעבן
איינגענורעט טיף־טיף
אין פאַרצייטיקע פּעלצן?

און סע דאַכט: אומעטום,
אונטער שנייאיקן קראַך זיך פאַרוואַלגערט
האָט דער לעצטער פאַרזיי,
אויסגעשטעלט שוין
אינגאַנצן
אויף אומברענג...
קענען פאָרט דען אויף אייביק
פאַרפרוירן גיין הייסע פאַרלאַנגען
צווישן ווינטערשע ווייטן
פון ווייסן, פאַרכמורעטן אומעט?

ס'מאַכט ניט אויס וואָס סע דאַכט,
אַבי־נאָר צו קיין וואָרער ממשות
זאָלן גאָרניט דערגיין
אָט דער גליווער פון קעלט,
אָט די ווינטישע האַרבע זאַווייען,
ווייל אַ תליה און שייטער
שוין שטייען פאַרגרייטע
פאַר דעם פראָסטיקן המן־הרשע
און די בליקן וואָס טליען
וועלן ווידער אַ פלאַקער טאָן
ברייטער.