Saturday, August 20, 2016

זיי מאָנען אַלץ וואָס איז "ניי" און אנדערש
נאָר מיט די זעלבע צוקערקעס און צאַצקעס ווי פריער
און צוליב דעם טראַמפּ און זיין ברודער סאַנדערס
גרייט זענען זיי צו רייסן קריעה
דאַן כדי צו באַרואיקן די בייזע ווינטן
קילן זיי אָפּ די געמיטער די הייסע,
שרייען זיי: הילאַרי! הילאַרי קלינטאָן
וועט אונדז אַלעמען אויפשטעלן תחיית־המתים!
און אַנדערע זיפצן: ס'אַראַ וועלט ס'אַראַ בראַווע,
זי גייט נעבאַך אונטער און מיט אַ טראַסק מסתמא
מ'עט נאָך זיכער בענקען נאָך די טעג די זשוואַווע
ווען ס'האָט געפירט אונדז פאַרויס ר' באראק אָבאַמא
און איך וועל אייך זאָגן: דאָס רעדעלע דרייט זיך
און הגם יעדער דריי קאָסט אונדז טייער אוודאי
וועט מען פאָרט מיט גאטס הילף זיך געבן אַן עצה.
פרעגט איר: וואו? כ'ענטפער גלייך: מסתם אין קאַנאַדע!
Like
Comment
Comments
Dov-Ber Kerler
Write a comment...

ווידער פארציט
דער מקונן
זיין דוינע
אומעטיק ברעכיק
און
ברכהדיק מיד
שמיעה
לראיה
איז טאקע ניט דומה
איז קוק איך
און הארך איך
ווי ער זינגט זיין ליד

ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם

Write a comment...
ס'האט זיך אויסגעלאזט א בוידעם
סיי בשגגה, סיי ביודעים
און די וועלט מיט אירע וועלטלעך
האט גענומען זיך צו שעלטן
זיך צעווערטלט מלא חימה
און געביטן גלייך די טעמע
און די איבעריקע לייטלעך
האבן אלץ געשוויגן דייטלעך
זיך געהאלטן ביי די זייטלעך
און געפאטשט זיך אין די בייכלעך
איינער בלויז, א כניאק מסתמא,
האט געכניקעט: "מאמע, מאמע,
ס'איז דאך קלאר געווען מקודם,
אז ס'עט זיך אויסלאזן א בוידעם!"

דער לעצטער טאג אין ווילנע


דער לעצטער טאג אין ווילנע
איז ביז ווייטיק קורץ
נאר אויך דער ווייטיק וועט
מיט יארן ווערן לינדער
און דו, געבאלעוועטער פוריץ,
וועסט אדורך
פון פיין צו שיין
דעם לאנגן וועג, דעם ווילדן
און וועסט א זאג טאן:
ווילנע, כ'בענק נאך דיר אזוי,
נאך דיר אזא, ווי ביסט אמאל געוועזן,
אמאל, אמאל ווען איך אליין
נאך גארניט ניט געווען.
און איצטערט -- שימלסטו אין שטויב
און איך, א גרוי-באבארדעט וועזן,
זאפ איין נאך מערער פארן אפשייד
דיין אומגעהייער אש און גרוי
און ווינטש דיר אלץ דאס בעסטע
ווערן זאלסט גענעזן.

קיין עין-הרע

כ'בין קיין-עין-הרע
א פאעט א מינארער
כ'רייס ניט איין קיין וועלטן
קער ניט איבער קיין בערג
וויל דעם תהום ניט שעלטן
אנקלויף ניט פון געלט...
מערניט כ'טו שלייפן
די ווינקעלעך שטייפע
פון די ווינציקע ווערק
וואס קומען צו גאסט
ניט זעלטן צעהעלט
און בעטן זיך שטיל
ווי פאר זיי פאסט
איך זאל זיי פארשרייבן
דורכזיפן, איבערקלייבן
און ווארפן צוריק אויפן דיל
וואו כ'האב זיי, במחילה,
געפונען מלכתחילה...
א פאעט א פראסטער
ווי אן אלטער טאסטער
וואס זיין געזאנג מינארער
פארזיווגט דעם יצר טוב,
דעם לעצטגילטיקן אין-סוף,
מיט גוטמוטיקער לשון הרע.