Monday, February 27, 2017

אַ צווײַגל בעז




Vous créez un frisson nouveau.
Lettre à Charles Baudelaire de Victor Hugo, 1859.


זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן
האַלט בעסער אויס דעם פאַסאָן
דעם אַלטן
זאָל דער מוח אפילו זיך שפּאַלטן
זוך ניט קיין נײַעם פריסאָן.

דו זע רק וואָס דו קאָנסט טאָן
מיט דעם גוטן סקאַרבאָווען טאָן.
דערהאַלט אים
אויף־צו־להכעיס דעם ווינטער דעם קאַלטן,
זע וואָס דערמיט דו קאָנסט טאָן.

קלײַב ניט קיין בלומען פון בייזס
מערניט אַ צווײַגעלע בעז
דעם ווײַסן
דו פאָרזיכטיק טו זיך אָפּרײַסן,
שטאָטס כאָווען בלומען פון בייזס.

און טאָמער שטעלט אָפּ זיך די צײַט,
פאַרנעפּלט ווערט אַלץ אין דער ווײַט,
פאַריתומט  
טו באַגריסן דעם אורח וואָס קאָסיעט
ווען פּלוצים שטעלט אָפּ זיך די צײַט.

און באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג...
דאָס פויגל פאַרלאָזט באַלד די שטײַג
די ליבע
בעת דאָס צווײַגל בעז שעפּטשעט אַריבער:
דו באַגריס אים בלויז מיט אַ פײַג
Top of Form




На севере диком Ein Fichtenbaum steht
















פאַרבענקטע עס שטייט אין דער ווײַטן אַ ווערבע.
זי טרוימט נאָך אַ פײַגנבוים ממעמקים.
ער האָט צוגעזאָגט אַזש פון דרייסיק־נײַן ערדן
איר ברענגען אויסלייזונג פון ווײַטע מרחקים.

דער פײַגנבוים שטייט אַ פארחושכט פאַרקלערטער:
"רבונו־של־עולם פאַרוואָס אַזאַ מכה?
פאַרוואָס זשע די וועלט אַזאַ איבערגעקערטע
 
די נידער אין חושך, אין דער הייך – דממה דקה?"

ס׳אַ לידל אַן אַלטינקס, פון לאַנג אויסגעזונגען,
נאָר צאַפּלדיק פריש איז דער ווערבעס אַ ציטער,
איר יעטווידער שאָרך פון דער שטילקייט פאַרשלונגען,
דעם פײַגנבוימס טרער איז איר ווײַט־ווײַטער היטער.





Saturday, February 25, 2017

דעם רעגן לכבוד





אַ וואָלקן אַ גרויער האָט פאַרלוירן זיין הימל
און קוקט אַלץ אַראָפּ און זוכט אַלץ דאָס בלימל,
וואָס האָט גריסנדיק וואַרעם און ליכטיק מיט שמייכל
געטראָפן אין האַרץ אים דאָרט טיף אין די הייכן.

ער קוקט אַלץ אַראָפּעט אויף לאָנקעס אויף גרינע
נאָר קאָן בשום־אופן ניט געפינען דאָס בלימל...
"וואו ביסטו, וואו ביסטו" – עס ווייען די ווינטן,
פאַרטראָגן דעם וואָלקן אַרויף און אַהינטער.

"וואו בין איך, וואו בין איך" – ענטפערט דער וואָלקן
"איך בין אָן דעם בלימעלעס שמייכל פאַרשאָלטן,
פאַרפאַלן, פאַרשטויסן, פון בענקשאַפט טו קוואַרן,
פון גרוי־ווייסן וואָלקן ווער איך אַ כמאַרע."

און עס נעמען זיך רינען פון אים הייסע טרערן
אַז דעם בלימלס געשמייכל זאָל מונטערער ווערן.







Thursday, February 23, 2017

די לידער




די לידער
וועגן ליבע, וועגן לעבן, וועגן לידער

זיי אַלע
קלינגען און קלינגען און קלינגען
די קלאַנגען פון זייערע ליפן
הילכן, און זינגען
אַבי נאָר ניט כליפּען
וועגן ליבע, לעבן און לידער
און אויגן און אויערן
קלייבן און קלייבן און קלייבן
צונויפעט די קלאַנגען
אין זייערן עכאָ
אויף אַ רגע
פאַרצויבערט
געפאַנגען
געפנאַגען ניט מער --
אויף אַ רגע
און באַלד זיך קערנדיק ווידער
פאַרגעסן גלייך אַלץ
איבער טעגלעכן פיבער
פאַרטאָן און פאַרליאַפּעט
מיט לייב און מיט האַרץ --
אין ליבע,
אין לעבן,
אין לידער

ס'איז ווידער שפּעט




ס'איז ווידער שפּעט,
נאָר ניט פאַרשפּעטיקט
דער טרוים
די צערטלעכע
עסטעטיק.

ר'וויל גובר זיין
אי צייט,
אי רוים...

צו אַל די רוחות –
די פּאַטעטיק!
הילכט אויס 
שאַרף ציכטיק
די פּאָעטיק.

ס'איז שפּעטלעך,
אָבער ניט פאַרשפּעטיקט...
?ניט שוין