Thursday, September 22, 2005

קורץ זיכטיק



עשער'ס בילדער

*

דו שענק דער וואָר – אַ וואָרט

*

דער יצר־הרע ווערט ניט יינגער
.פאָרט, לייגט אים ניט אין מויל קיין פינגער

*

ער האָט געחוזקט און געשפּעט
ביז ס'איז געוואָרן שוין
צו שפּעט

*

,מיין אַלטער עגאָ
,דער אַלטער תרח
דערמאָנט מיר
.אַז ניט יינגער ווער איך

*
,דער מענטש, ווי עלנט ר'זאָל ניט זיין
,דאָך מוז ער מיט זיין וואָרט דעם עכטסטן
אַזוי ווי מיט זיין טאַט דעם בעסטן
זיך שטאַרקן איבער וויי און פּיין
.זיין אַ פולבלוטיקער אָרקעסטער

*

דער יצר־הרע וויל דערווייזן
אַז ער איז שטאַרקער גאָר פון אייזן
ביז ער אַליין
ווערט אַלט און גראָוו
און שמייכלט שטיל
.צום יצר־טוב




טשיקאווע

No comments: