Wednesday, June 04, 2014






דו זאגסט: די דיקטאטור פון גראם
צווינגט אונדז פארבלייבן גאר אן קאפּ
איבער זיין טראסק און טארעראם
פון זינען גייען מיר אראפּ

און איך, וואס קאן איך זאגן שוין
אז לויט דער מאס און לויט דער ראם
צעוואקסט זיך פראנק־און־פריי דער בוים
און אויך ס'צעברענט זיך פלינק דער פלאם?

איך ווייס, אן גראם איז שווערער גאר
און ס'וועט ניט העלפן קיין שום "נאר"
דעריבער כ'טו די ערשטע פאר
פארחתמען אן שום גראם



דו זאׇגסט: די דיקטאַטור פון גראַם 
צווינגט אונדז פאַרבלייבן גאׇר אׇן קאפּ, 
איבער זיין טראַסק און טאַרעראַם 
 פון זינען גייען מיר אַראׇפּ.

און איך, וואׇס קאׇן איך זאׇגן שוין?
אַז לויט דער מאׇס און לויט דער ראַם 
צעוואַקסט זיך פראַנק־און־פריי דער בוים
און אויך ס'צעברענט זיך פלינק דער פלאַם?

איך ווייס, אׇן גראַם איז שווערער גאׇר
און ס'וועט ניט העלפן קיין שום "נאׇר"
דעריבער כ'טו די ערשטע פּאׇר
פאַרחתמען אׇן שום גראַם - - -

No comments: