Thursday, October 02, 2014



אַ טויבע נאַכט אין דרויסן זיך צעוויקלט
אפילו די לבנה שווייגט חלשות־בלאַס
רק ווייטע שטערן בגילופין ווי באַפליגלט
אויף לשון־קודש זיך צעווערטלען מלא־שפּאַס
מיט אייביק פרישן גרוס העט ממרחקים
פאַרטרייבנדיק אַיעטוויד שפּור פון שלאׇף
דערמאׇנען זיי דער וועלט בבחינת קו ונקי
אַז ס'קומט אַ נייער בראשית נאׇך אַיעדן סוף


No comments: