Tuesday, October 10, 2017

ווען ניט דיין קול







ווען ניט דיין קול,
ווען ניט דיין פרישער אָטעם
צי גרינגער וואָלט
דען זיין דער עול,
דער וואָגל – מער געראָטן
פון קלאַנג צו וואָרט,
פון שפּראַך צו לשון,
וואָס מאַכט זיך שטום
נאָר אויף דער וואָר
ווערט ניט פאַרלאָשן?

דיין לוישפּער: "קום!"
דיין מילד גערייד,
דיין זינגען –
ווי וואָלט איך זיין
אָן זיי?
אַ האַנט אָן פינגער,
אַ בוים אָן צווייגן,
אַ געזאַנג אָן קלאַנג?..
אַ פויגל אין אַ שטייגל
פעסט געפאַנגט.

No comments:

Post a Comment