Sunday, February 11, 2018

ווייכע ערד


ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל
דערזען דיין שמייכל
די וועלט ז׳געוואָרן וואַרעמער
און ווייכער
געוואָרן מיר אונטער די פיס
די ערד
ווען כ׳האָב צום ערשטן מאָל
דיין ליבן קול דערהערט


No comments: