Tuesday, September 08, 2020

July 9




.


איך ווייס, איך ווייס, רק דו ביסט דאָך דאָס סאַמע דאָס
פון יאָרן לאַנגע אויסגעשיילט אָן אַ פאַרוואָס
אין טרוימען שפּעטע אויסגעדאַכט אָן אַ פאַרווען
אַבי צו דיר, צו דיר כ'דערפלי, דיך צו דערזען

אַ פויגל פאַלט אינמיטן פלי, איך – ווײַטער פלי – 
פון ווײַטן דאָרט צו העלן הי דערטראָג מײַן וואָרט
און ווייסן ווייס איך, סוף כּל סוף, סײַ־ווי, סײַ־ווי –
וועט מקום אונדז באַשערן ס'אויסגעבענקטע אָרט

נשמה טוט ניט דרעמלען קיינמאָל, קיינמאָל ניט
ווײַל ווייסן ווייסט זי, דו ביסט דאָ, ביסט דאָ פאַרוואָר
און טראָגן טראָגט זי אונטער דיר דעם רײַפסטן צוויט
פון דעם געזאַנג, דעם ליד וואָס גליט מדור־לדור

איך ווייס, איך ווייס, אָט־אָט עס קומט בײַ דיר קאַיאָר
בײַ מיר ערשט שפּעט נאָר איך דערוואַרט דעם פייגל כאָר

Moysha (Moisei) Lemster, Shoshana Wolkowicz and 5 others 

No comments: