Saturday, November 09, 2013

מעשה שונרא



פאַרקויפט" האָב איך די פרומע קאַץ"
בתרי זוזי, בתרי זוזי
די גראָווע קאַץ געפאַרבט אויף שוואַרץ
גאָר אָט אַזיי
גאָר אָט אַזיי

און ס'טוט ניט באַנג די זוזים צוויי
וואָס איך האָב גלייך געקויפט פאַר זיי
מיין יינגעלע – אַ ציגעלע
אַ ווייס ווי שניי
אַ ווייס ווי שניי

נאָר ס'קערט זיך אום די פרומע קאַץ
אין נאָז ביי איר – רק פליי
און גיט דעם ציגעלע אַ קראַץ
אַ בייזן קראַץ
אוי וויי

האָב איך דער קאַץ 
שוין נײַן מאָל תרי
געגעבן פון מיין טאַש
אַבי דעם ציגעלע דעם ריינס
זי זאָל ניט טאָן אַ נאַש

די פרומעוואַטע, "שוואַרצע" קאַץ
באַלעקט זיך און באַקראַצט
און טוט אַלץ קוקן ווילד אַזוי
גלייך ס'וואָלט ביי מיר אין נאָז אַ פלוי
פאַרזוכט אַ המן־טאַש

דאַן זאָג איך צו דער קאַץ אַזוי

וואָס שטעקסטו דאָ? מה רעש?
אָט שענק איך דיר נאָך צוויי גילדוין
נ אָ ך צוויי גילדוין
נ אָ ך צוויי גילדוין
מיט סינגל מאָלט אַ פלאַש 

דאָס ציגעלע פאַרלעקט די וואונד
די קאַץ ציילט איבער פונט נאָך פונט
איך ווינטש זיי ביידן רק געזונט
עס לאָזט זיך אויס דער בלוטן־בונד

די מעשה -- ריינער שונד
די ביזנעס גייט צו גרונט

No comments: