Tuesday, November 19, 2013

די שכינה




געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרות
זי זינגט זיך אויס אויף אייך
מיט ביטול שמוך פון רייפע עקרות
מיט קרעכץ פון עגונות צוגלייך

זי פייפט מיטן ווינט און
זי קאָן ניט אַנדערש
רק ווייען און ווייען און ווייען
מיטן ווינט מיטן בלינדן
אויסגעטאָן דעם סקאַפאַדער
זינגט זי אָן מאה, אָן דעה
ווי אַ פּאַסטעך אַליין, אָן שאָף־און־רינדער
ווי א האָן וואָס פאַרגייט... אין קרייען

איין־איינציק איי אין דעם לאַנד
אין דעם גאַנצן
זוכט מען אַ פרישס
פאַר אַ חולה
נאָר געפינט מען – אַ מכה
און דאָס איז אינגאַנצן
די גאָלע געשיכטע די וואוילע

געהאַקטע וואונדן, סיפּקע צרות,
ווען זאָלט איר, ווען זאָלט איר
ווערן פאַרשוואונדן?
דער טורף היט שוין די נאָרעס,
דער קאָטער,
גרייט איינצושלינגען נייע קונדן.

און לייטיש עס זשומען די ווייטע
שטערן –
מע מעג זיי, מע קען זיי, מע מוז זיי
דערהערן,
איידער מ'נעמט זיך אויף אייביק ניט־ווערן,
איידער מע טוט  ז י ך  אַליין
אויפהערן

נאָר בלייבן וועט בלייבן
אויף זיכער דער ניגון,
וואָס דרייט זיך און דרייט זיך
ווי איר שטאַפעט,
דורך וואַנדל און וויגל
דערלאַנגט ער, דערוואַנדערט
ביז צו דעם ווייטסטן פּלאַנעט –
דערוואַנדערט אַהין אָן אַ סקאַפאַנדער... –
איר מעגט מיט איר גיין אין געוועט!




No comments: