Tuesday, March 01, 2016


וואו ביסטו, פויגל?
כ'דאַרף דיך נייטיק האָבן.
נאָך היינט באַדאַף איך
אויסהערן דיין ליד
אָן דיר און אָן דיין ליד
וועט מיר דער טאָג ניט טויגן.

ווי טראָט וואָס מוז
פאַרבלייבן
אָן אַ מינדסטן סליד
בין איך אַצינד אָן דיר.
טאָ וואו זשע
ביסט פאַרפלויגן,
פויגל?

צו דיר, נאָך דיר
מיין בענקשאַפט
איינזאַם
פליט.





No comments: