Tuesday, March 01, 2016

אַ גאַנצע מגילה –

קארלאוו׳ס א לידל אויף דער ריינער זייט פון אן אויטאבוס-בילעט
    אַ גאַנצע מגילה 
    כל־זמן הנשמה בקרבי,
    כל־זמן די נשמה
    קלאַמערט זיך ממש
    אין די ד' אמות
    פונעם קערפּערלעך וועזן,
    כל־זמן מע קאָן נאָך
    האָפן צו געניסן
    און ווערן גענעזן,
    וועט דער דוך
    פון מיינע רייד שטראָמען
    איבער דער וועלט'ס רוימען 
    אמן ואמן!

No comments: