Friday, March 18, 2005

כמעט "אָן ווערטער" י


Pictures from camera 030




וויפל וועט דאָס טייכל פליסן?
וויפל וועט דער בוים דאָ שטיין?

וועסט אוודאי זיך ניט מיאוסן

טאָמער וועסט דעם סוד דערגיין...

היינט דאָס פעלד, די גראָזן – וויפל,
וויפל וועלן זיי אויסשטיין?

און דער הימל הויכער טיפער

וועט דען אייביק שענקען חן?

וויפל, וויפל טוסט זיך פרעגן
אָן אַ טאָלק און אָן אַ שיעור

ביז ווערסט פול איבער די ברעגן

מיטן וועלטישן באַריר...


Pictures from camera 013

No comments: