Friday, January 22, 2010

וואָס בלייבט





וואָס בלייבט
,ווען סע שטאַרבט דער זכרון
?וואָס בלייבט
,אַ דויער אָן יאָרן
?אָן נשמה דאָס לייב

בעת די זייגערלעך טיקען
,פאַרגייט, ווי געשטאָרבן
די צייט אָן אַ תיקון
...אין קברנישער טאָרבע

וואָס בלייבט ווען די ליבשאַפט
מיט שנאה אינאיינעם
אַנטרינען אין ניוועץ
אויסגעשעפּט
?ביזן דנאָ

און ס'ניטאָ
,ווער ס'זאָל קלאָגן
,ניטאָ ווער ס'זאָל וויינען
,די ציינער פאַרקלעמט
"!ביסט ניטאָ מער, ניטאָ"

וואָס בלייבט ווען סע קראַכט
,די געדענקשאַפט
די בענקשאַפט
און אַלץ וואָס פאַרמאָגסט
?ווערט צעקנוידערט און קרום

און אפילו דער ווייטיק
ווערט שיער אויסגעליידיקט
און דער פיבער
פון עכטיקע לידער
?אַנטשטומט

?וואָס בלייבט

ס'בלייבט אוודאי די אייביקע רגע
,געפּאַקט מיט געדענקשאַפט
מיט קינאות
,און ליבעס
מיט ניסים נפלאים
.און געפערלעכע סיבות

יאָ, ס'בלייבט איבער אַלץ
,סיי שטויביק
סיי גלייביק
,די געטלעכע
,מעכטיקע
מענטשלעכע
.רגע

פאַרשפּאָר זיך אויף ווייטער
...צו חקירהן און פרעגן